יוסטוס פון טבריה
יוסטוס פֿון טבריה איז געווען א ײדישער היסטאָריקער און קנאים־פֿירער קעגן די רױמער אין דער צײט פֿון דעם גרויסן יידישן אויפשטאנד. ער איז געװען אַ קעגנער פֿון יוסף פֿלאװיוס, װעלכער שרײבן װעגן אים אין זײן „אױטאָביאָגראַפֿיע.“ ער האָט פֿאַרפֿאַסט אַ ײדישע געשיכטע, װעלכע איז פֿאַרלױרן געגאַנגען און װערט דערמאָנט בײ פֿלאװיוס און אױך בײ די קריסטלעכע קירכן־פֿאָטערס אײזעביוס און היעראָנימוס. ער האָט װארשײנלעך געהײסן אין העברעאיש „צדוק,“ װאָס איז אין לאַטײן „יוסטוט“ (IVSTVS).
קוואַלן
רעדאַקטירן- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „יוסטוס פון טבריה” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.