יונה נבון
רבי יונה נבון איז געווען א זון פון ר' חנון. דער שוואגער פון ר' יצחק זרחיה אזולאי, און דער רבי מובהק פונעם חיד"א.
געבורט |
1713 ירושלים, אטאמאנישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
1760 (אלט 47 בערך) ירושלים, אטאמאנישע אימפעריע |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים |
פאך | רב |
אונטערשריפט | |
ער איז געבוירן אין ירושלים אין יאר ה'תע"ג,
זיין רבי איז געווען ר' ישראל מאיר מזרחי דער מחבר פון שו"ת פרי הארץ (נחפה בכסף ח"א סי' א').
ער האט זיך קובע געווען לערנען אין בית המדרש בית יעקב, אבער אזוי ווי ער האט געלעבט געלעבט זייער בדחקות האט ער מסכים געווען צו ווערן ראש ישיבה אין ישיבת כנסת ישראל. דאס איז די ישיבה פון נגלה וואס דער אור החיים ר' חיים בן עטר האט מייסד געווען.
דער חיד"א שרייבט אויף איהם: א הייליגער חסיד, א געטליכער מקובל, דער ראש ישיבה און דער רב, מיין רבי, א אמת'ער רב (הקדמה לספר גט פשוט). אין שם הגדולים שרייבט דער חיד"א אויף איהם: א חסיד א מקובל, ער איז געווען כמעט דער גרעסטער פוסק אין אונזער גלילות.