יואל דוב בער לאבין
רבי יואל בער לאבין איז דער רב פון קהל עטרת צבי און מוסדות דראהביטש אין לעקוואד ניו זשערסי.
אפשטאם
רעדאַקטירןער איז דער פערטער זון פון רבי סענדער ליפא לאבין, דער עלטסטער זון פון רבי נפתלי צבי לאבין, זידיטשובער רבי. ער איז אן איידעם פון רבי שלמה געשטעטנער דער זון פון רבי נתן געשטעטנער און א איידעם ביי רבי נפתלי האלבערשטאם דער טשאקעווער רבי פון ירושלים בעל דברי נפתלי דער זון און ממלא מקום פון רבי יעקב האלבערשטאם טשאקאווער רבי.
די יארן פאר דעם דראהביטשער רבנות
רעדאַקטירןרבי יואל בער איז געגאנגען אין די וועגן פון זיינע עלטערן אזוי ווי זיין פאטער ר' סענדער ליפא און רבי משה'לע סאמבורער און נאך וואס האבן שטארק מקפיד געווען צו זיין א 'נהנה מיגיע כפו' און נישט אנקומען צו מענטשן, ער האט געארבעט און עטליכע פאכן אין דער זעלבער צייט וואס ער האט איבערגעגעבן שיעורי תורה ברבים. אין די יארן פארן זיך ציען קיין לעקוואד און עפענען די דראהביטשער מוסדות האט ער געדינט אלס מגיד שיעור און משפיע אין קהל אמרי יצחק אין בארא פארק ער האט פארטרעטן דעם רב פון קהל אמרי יצחק ווען דער רב האט זיך געפינען אינדרויסן פון שטאט. אזוי אויך האט ער געדינט אלס בעל תפילה אין די ימים נוראים, בעל תוקע און אויפגעטרעטן מיט דברי כבושין און התעוררות אין די הויכע צייטן פון יאר אזוי ווי פאר כל נדרי, פאר תקיעת שופר, פאר נעילה.
ער איז שטארק באקאנט מיט זיינע מייסטערהאפטע דרשות, ער האט זיך שטארק באקאנט געמאכט מיטן אויפטרעטן ביי צאל-לויזע RCCS (ענ') פארלער מיטינגס און אזוי אויך האט ער שוין אויפגעטרעטן ביי די צענטראלע RCCS דינערס אין די גרויסע היימישע שטעט: וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל און מאנסי.
ער איז באקאנט אלס א גאר צוגעלאזענער מענטש וועלכע פארשטייט אויך די געברויכן פון אינגעלייט אין היינטיגן דור און העלפט ארויס יעדן וואס ווענדט זיך פאר הילף אין סיי וועלכע פעלד אזוי ווי פרנסה, שלום בית, חינוך און נאך. זייענדיג א יתום פון אלס קליין קינד איז ער אויך שטארק בייהילפיג פאר אלמנות און יתומים פאר וועם שטעלט צו פסיכאלאגיע און עמאציאנעלער הילף בחינם.
ער איז א שטודירטער לערענדיג CBT (ענ') ביי שמחה צישינסקי און נאך פסיכאלאגישע און עמאציאנאלע הינזיכטן ווי OCD פחדים און דאס גלייכן.