יאמגורטשעוו
יאַמגורטשעוו (רוסיש: Ямгурчев) איז אַ מאַהאַלע, דאָס הײסט אַ היסטאָרישע געגנט אין אַסטראַכאַן, רוסלאַנד. זי ליגט אויפֿן קוטום־טײַך אַנטקעגן דעם גרעסטן און עלטסטן מאַרק פֿון דער שטאָט, די גרויסע איסאַדעס. די בריק, וואָס פֿאַרבינדט די מאַהאַלע מיטן מאַרק, הײסט אויך יאַמגורטשעוו. די הויפּט־גאַס פֿון דער מאַהאַלע איז די רויטע בערג־גאַס.
געשיכטע
רעדאַקטירןדער נאָמען פֿון דער מאַהאַלע שטאַמט פֿונעם פֿאַרלעצטן אַסטראַכאַנער כאַן יאַמגורטשי. לויט דעם רוסישן היסטאָריקער וואַסילי טאַטישטשעוו, איז די מאַהאַלע געגרינדעט געוואָרן דורך יאַמגורטשי ווען די רוסן האָבן די שטאָט אײַנגענומען און קאָלאָניזירט.
כאָטש הײַנט איז יאַמגורטשעוו גערעכנט פֿאַר אַן אָרעמען און פֿאַרבלאָטיקטן ראַיאָן מיט אַ סך פֿאַרלאָזטע שטובן, איז עס נישט שטענדיק געווען אַזוי. אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיש בוך „וואַקס נישט באַם וועג‟, וואָס דערצײלט וועגן די 1920ער יאָרן, האָט דער אָרטיקער שרײַבער יורי סעלענסקי באַשריבן די מאַהאַלע ווי אַ פֿאַרהעלטנישמעסיק פֿאַרמעגלעכע געגנט מיט גוט דעקאָרירטע הײַזער.[1]
רעפֿערענצן
רעדאַקטירן- ↑ יורי סעלענסקי (1983). וואַקס נישט באַם וועג (אויף רוסיש).