טשאַנאד סעגעדי (אונגאריש: Szegedi Csanád‏; געב' דעם 22סטן סעפטעמבער 1982) איז אן אונגארישער כאריזמאטישער פאליטיקער, אקטיוויסט און ווארטזאגער פון דער אנטיסעמיטישער יאביק פארטיי אין אונגארן וועלכער איז ברייט בארימט געווארן מיטן טוישן זיין פאליטישע אגענדע נאכן געוואויר ווערן אז זיין מוטער איז א יידענע.

ער איז א דעפטוטאט אינעם אייראפעאישן פארלאמענט.

ביאגראפיע רעדאַקטירן

סעגעדי איז געבוירן אין מישקאלץ דעם 22סטן סעפטעמבער 1982 צו עלטערן וועלכע האבן איהם אויפגעצויגן אנטיסעמיטיש נישט וויסנדיג זיין אפשטאם.

זיין ברודער מארטין סעגעדי איז אויך א פאליטיקער.