טעלעגראפיע
טעלעגראַפֿיע (פון גריכיש τηλε טעלע = ווייט און γραφειν גראַפֿיין = שרייבן) איז די טראנסמיסיע דורך לאנגע דיסטאנצן פון געשריבענע מעלדונגען אן קיין פיזישן טראנספארט.
א טעלעגראף שיקט עלעקטרישע פולסן אין א ספעציעלן קאד, צוזאמענגעשטעלט פון קורצע און לאנגע צייכענען. געוויינלעך ניצט מען מארס קאד.
היינט ווערט טעלעגראפיע ווייניג געניצט ווי אמאל. דאס איז צוליב די נייערע טעכנאלאגיעס וואס מען קען ניצן ווי דער אינטערנעץ.
היסטאריע
רעדאַקטירןסאמועל מארס איז געווען דער ערשטער וואס האט געמאכט א טעלעגראף מיט נאר איין דראט. אין 1844, האט ער געבויט א טעלעגראף ליניע פון באלטימאר קיין וואשינגטאן די סי, און נישט לאנג נאכהער זענען שוין געווען טעלעגראפן איבער די גארע פאראייניגטע שטאטן. דאס האט געמאכט גרינגער פאר מענטשן צו רעדן צו אנדערע מענטשן גאנץ ווייט פון זיי, און אויך געמאכט לייכטער פאר מענטשן זיך ארויסציען קיין מערב.[1] ראדיא טעלעגראפיע איז געווארן פארשפרייט אינען אנהייב 20סטן יארהונדערט, ספעציעל אויף שיפן.
רעפערענצן
רעדאַקטירןדער טעכנאלאגיע ארטיקל איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |