טאָראָנטאָו, אהייאָו (ענגליש: Toronto, Ohio) איז די צוויי-גרעסטע שטאָדט אין דזשפערסאן קאונטי, אהייאו, פאראייניגטע שטאטן.

אין די 2010 צענזוס איז די באפעלקערונג געווען ביי 5,091.

היסטאריע רעדאַקטירן

די געהגנט איז געגרינדעט געווארן אינעם ניינצנטן יאהר-הונדערט, ווען דאס פלאץ איז באוואוסט געווען אלס ניובורג'ס לאנדונג. ווען מ'האט געצויגן דארט שינעס, האט מען געטוישט דעם נאמען. אין 1881 איז אויפגעשטעלט געווארן א טאון אונטערן יעצטיגן נאמען.

געאגראפיע רעדאַקטירן

די שטאָדט איז בערך 45 מייל פון פיטסבורג. זי באשטייט פון 2.14 קוואדראט מייל פון וואס 1.86 דערפון איז טריקעניש.

וועב לינקען רעדאַקטירן