טאלילין אייזנבאן

(אַריבערגעפֿירט פון טאליל'ין אייזנבאן)

די טאַלילין אייזנבאן (ענגליש: Talyllyn Railway, וועלשיש: Rheilffordd Talyllyn) איז אן ענג-אפשטאנד אייזנבאן ליניע אין צפון וויילס וואס פארבינדט טיווין צו נאנט גווערנאל. זי איז געגרינדעט געווארן אין 1866 צו אריבערפירן שיווערשטיין פון די שטיינערייען אין ברין עגאלוויס, טיווין. איר שפור אפשטאנד איז 686 מילימעטער.

לאקאמאטיוו נומער פיר "עדוואַרד טאמעס" אין טיווין, אַפריל 2005

היינט איז די באן ליניע בפרט א טוריסטן אטראקציע. די פיקטיווע סקאַרלאָוי אייזנבאן פון "די אייזנבאן סעריע" קינדער ביכער פונעם גלח וו. אָדרי איז באזירט געווען אויף דער טאַלילין אייזנבאן.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טאלילין אייזנבאן