חכמת אבות איז א ספר פון דרשות געבויט אויף די משניות אין מסכת אבות, געזאגט ביי פארשידענע געלעגנהייטן און אויך אראפגעשריבן אויף יודיש דורכן רב און מגיד הרב נח קאַפּלאַן פון ניו יארק.

דער ספר אנטהאלט צוואנציג דרשות צוטיילט אין די זעקס פרקים.

ער האט הסכמות פון הרב ד. ב. אפפעלמאן און רבי משה רוקח, קאזלאווער רבי.

די דרשות זענען אייגנארטיגע, עס אנטהאלט מוסר, קורצע מעשה'לעך געמישט מיט טייטשן, הומאר און גלייך-ווערטלעך.

ווי ער שרייבט אין דער הקדמה איז דאס זיין זעקסטער ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן.

דער ספר אנטהאלט הונדערט צוויי-און-צוואנציג זייטן און איז געדרוקט אין ניו יארק אין יאר תש"ט אין דרוק פון ר' יעקב פּאָסטאַר.