רבי חיים נחום האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ם - י"ב ניסן ה'תרפ"א), רב אין מאשציסק

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי חיים נחום איז געבוירן אין יאר ה'תר"ם, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת שרה שיינא די טאכטער פון הרב מרדכי שניאור זלמן שניאורסאהן רב אין זיטאמיר.

רבנות רעדאַקטירן

רבי חיים נחום איז אויף גענימן געווארן אין יאר ה'תרס"ה רב אין מאשציסק.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי חיים נחום איז נפטר געווארן י"ב ניסן ה'תרפ"א.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי חיים נחום האט געהייראט מרת גיטל א טאכטער פון הרב יעקב משה סאפרין פון קאמארנא. זייערע קינדער:

  • הרב מנחם מענדל האלבערשטאם ער האט געהייראט א טאכטער פון פון הרב יצחק מנחם דאנציגער פון אלכסנדער. ער איז אומגעקומן אויף קידוש השם צוזאמען מיא זיין זון:
    • הבחור שמואל צבי הי"ד.
  • הרב זלמן האלבערשטאם ער האט געהייראט מרת מרים לאה א טאכטער פון הרב אלישע האלבערשטאם פון גארליץ

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר