זעלבסטמארד אטאקע

(אַריבערגעפֿירט פון זעלבסטמאָרד)

זעלבסטמאָרד אטאקע איז ווען איינעם איז זייער ביטער אויף אזוי ווייט אז ער פארלירט דעם נארמאלן געוויסען און די כעמיקאלן אין זיין מוח פארלירן דעם ריכטיגן באלאנץ אזש אז יענער הרגעט זיך.

היינט צוטאגס קען מען דאס פשוט היילן דורך מעדעצינען און פּילען.

זינט די 9/11 עפאכע איז צוגעקומען א נייער באגריף פון זעלבסטמארד, ווירקליך א זעלבסטמערדער, איינער וואס רייסט זיך אויף, מיט'ן ציל אומצוברענגען וואס מער אומשולדיגע מענטשן.

א זעלבסטמערדער, באהעפט א באמבע אונטער זיין וועסטל, און ווען ער ציט דאס שטריקל, רייסט ער אויף און הרג'ט נאך אנדערע מיט זיך. א זעלבסטמערדער איז איינער וואס רייסט זיך אויף, מיט'ן ציל אומצוברענגען אנדערע מענטשן.

עס איז דא א וועג פון זעלבסטמערדעריי וואס איז היינט צוטאג זייער פאפולער אין ישראל, ווען א זעלבסטמערדער, באהעפט א באמבע אונטער זיין וועסטל, און ווען ער ציט דאס שטריקל, רייסט ער אויף און הרג'ט נאך אנדערע מיט זיך.

די טעריסטען באנוצען זיך היינט צו טאג דערמיט איבאראל, בדרך כלל זענען זיי יונגע מענטשן אינטער 25 יאהר, מען לערנט זיי אויס וויאזוי זיי זאלן נישט מורא האבן פאר טויט, פארקערט מען זאגט צו פאר די רציחה גאלדענע גליקן, לויט די לעגענדע פון די וואס רייסן זיך אויף איז אז נאכ זייער טויט וועלן זיי קענען זיצען ביים ים ארום גענומען מיט 72 פרויען, און וועט קענען טאן מיט זיי וואס ער וויל, קיינער וועט איהם נישט שטערן.

די ערשטער זעלבסטמערדער איז מסתם געווען שמשון הגיבור, ווען ער האט אומגעברענגט די טויזענטער פלישתים אין די געביידע. זעה תנ"ך שופטים, פון דא נעמט זיך דאס שפריכוואורט 'תמות נפשי'

ביי די צווייטע וועלט קריג איז דאס געווען זייער פאפולער ביי די יאפאנעזער ווען זיי האבן זיך מיט ערפלאנען אראפ געלאזט אויף די אמריקאנער קריגס שיפן און אהנגעמאכט גרויסע שאדן אויף די שיפן, אבער זיי אליין זענען געווארן דער'הרג'ט, עס האט געהייסן קאמיקאזי.

טעראר אין די תורה

רעדאַקטירן

די ערשטער זעלבסטמערדער איז מסתם געווען שמשון הגיבור, ווען ער האט אומגעברענגט די טויזענטער פלישתים אין די געביידע. זעה תנ"ך שופטים

די תורה באנעמט זיך אבער זייער שטרענג מיט אזא איינעם, ווארשיינליך דאס אפצוהאלטן אין געזעלשאפט. לויט די הלכה דארף מען אים באגראבן קברות חמור, ביים ברעג בית החיים.