זכריה שמעון הכהן וואלערשטיין איז געווען א מגיד און עסקן פון פלעטבוש, ניו יארק. ער האט אויפגעשטעלט דעם מוסד "אור נאוה" פאר בחורים און מיידלעך וועלכע דארפן ספעציעלע קירוב.

זכריה וואלערשטיין
קיין פריי בילד
געבורט 1958 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 2022 (אלט 64 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געווען וועלט בארימט מיט זיינע אינספירירנדע דרשות וואס ער האט געגעבן אויף א לייכטן געשמאקן וועג וואס האט אפעלירט צום ברייטן ציבור. ער איז גערופן געווארן איבער דער וועלט געבן דרשות, און זיינע שיעורים זענען פארשפרייט געווארן דורך תורה עניטיים.

די לעצטע דרייסיג יאר האט ער אויפגעטאן גאר אסאך אינעם פעלד פון חינוך, וואו ער האט אויפגעטון א געוואלד פאר הרבצת התורה, קירוב רחוקים און קירוב קרובים.

ווי אויך האט ער געגרינדעט און אנגעפירט א רייע ארגאניזאציעס און אינסטיטוציעס צוצושטעלן הילף פאר די נשים צדקניות.

ער איז געווען פון די ערשטע היימישע רבנים און עסקנים ארויסצוקומען געבן שטיצע פאר יוגנטליכע מיט דראג, אביוז און אנדערע אדיקציעס.

ער איז נפטר געווארן א אייר ה'תשפ"ב, אין יונגען עלטער פון בלויז 64 יאר נאכ'ן זיך מוטשן מיט דער ביטערער מחלה ל"ע. ער איז געקומען לקבורה אויף דעם בית עלמין "ארץ החיים" אין בית שמש.