ועד ארבע ארצות (קאָמיטעט פון 4 לענדער), נאָמען פון דער יידישער אויטאָנאָמיע-פארװאַלטונג אין פּוילן און לִיטע אין די יאָרהונדערטער 16, 17 און אַ העלפט פון 18, אַלע יידישע קהלות אין פּוילן און ליטע, וועלכע זענען דעמאָלט געווען איין מדינה, האָבן געהאַט זייערע אייגענע אָרטיקע פארוואלטונגען וועלכע האָבן געהאַט באַשטימטע רעכט איינצומאָנען די שטייערן פון די יידן, צו אורטיילן אין געוויסע פּראָצעסן, פארוואלטן מיט די דערציאונגס־אינסטיטוציעס, פילאַנטראָפּישע אַנשטאַלטן. כדי איינצופירן אָרדענונג אין די אַלע ענינים און אויך צו פארהאַנדלען מיט דער רעגירונג, האָבן די יידן אין די 4 לענדער פון פּוילן (גרויס־פּױלן, קליין־פּוילן, רייסן און ליטע) דערוויילט פון זיך אַ ועד, אַ קאָמיטעט, וועלכער איז געווען די אָפיציעלע פאַרטרעטערשאַפט פון די פּוילישע יידן, און דער דאָזיקער ועד האָט אָנגענומען תקנות, באַשטימט די שטייערן, אַרױסגעגעבן אורטיילן אין וויכטיקע ענינים, פארהאַנדלט מיט דער רעגירונג.

אין די ערשטע צייטן האָט מען אים גערופן „ועד חמש ארצות”, ווייל מען האָט איינגעטיילט באַזונדער װאָלין און מזרח־‏גאַליציע און זיי באַטראַכט אַלס צוויי באַזונדערע לענדער; נאַכער האָט מען אים גערופן „ועד ארבע ארצות”, און אַפילו אין אַ צייט שפּעטער אין יאָר 1623, ווען ליטע און רייסן האָבן זיך אָפּגעטײלט באַזונדער און געמאַכט אַ באַזונדערן ועד פון די מדינות אַרום בריסק, פּינסק, גראָדנע, ווילנע און סלוצק, איז אָבער כסדר געבליבן דער נאָמען „ועד ארבע ארצות”.

דאָס ערשטע מאָל געפינען מיר דערמאָנט דעם נאָמען פון ועד אין די הסכמות פון די רבנים אויף דעם ש"ס געדרוקט אין לובלין 1551–1580; שפּעטער, אין יאָר 1596 געפינען מיר אַ פּסק פון ועד אין ספר „נתיבות עולם” פון רבי ליווא (מהר"ל) פון פּראג. דער ועד איז געווען אַ סאָרט קאָנגרעס פון די יידן אין פּוילן; יעדע מדינה האָט געוויילט אין ועד צו 2־3 דעלעגאַטן, אַחוץ די ספעציעלע פאָרשטײער פון די גרויסע קהלות (פּויזן, קראָקע, פּשעמישל, בריסק, פּינסק, לובלין און אַנדערע), װי אויך אָנגעזעענע רבנים, וועלכע האָבן געבילדעט ביים ועד אַ באַזונדערן בית־דין צו אַנטשײדן וויכטיקע רעליגיעזע פראַגן, דין־תורות צװישן קהלות וכדומה.

דער ועד פלעגט צוערשט צונויפקומען זיך איינמאָל אין יאָר. דערנאָך 2 מאָל אין יאָר, מייסטנס אויף די גרויסע ירידים אין יעראָסלאַוו און לובלין, אָבער טײלמאָל אויך אין אַנדערע ערטער.

די תקנות פון ועד זענען פאַרשריבן געװאָרן אין אַ ספּעציעלן „פּנקס”, פון וועלכן מען פלעגט איבערשרייבן אין די פּנקסים פון די באַזונדערע קהלות, דער הויפּט־פּנקס פון פּױלישן ועד ארבע ארצות איז פאַרלוירן געגאַנגען (דער פּנקס פון ליטווישן איז יאָ געבליבן), אָבער איבערשרייבונגען פון אים זענען געבליבן אין די פּנקסים פון איינצלנע קהלות (קראָקע און אַנדערע); מייסטנס זענען דאָס תקנות װאָס דאַרפן שיצן די יידן קעגן בלבולים (נישט אַרענדירן דעם אָפּצאָל פון אַלקאָהאָל וכדומה), אַנטשײדונגען אין מחלוקת צווישן קהלות און רבנים, אָפּשאַצונגען פון שטייערן, וויפיל יעדע קהלה דאַרף צאָלן וכדומה; טײלמאָל אויך חרמים אויף פּערזאָנען װאָס ברענגען שאָדן דעם כלל ישראל (צװישן אַנדערע דער חרם אויף דער שבתי־צבי־באַוועגונג); דער ועד ארבע ארצות איז אָפּגעשאַפט געװאָרן דורך דעם פּוילישן סיים אין יאָר 1764.

וועגען ועד ארבע ארצות זענען געשריבן געװאָרן פיל ביכער און אָפּהאַנדלונגען; אין גרעצעס געשיכטע, העברעאישער איבערזעצונג פון שפר, באַנד 7 צום סוף אין דעם ציון י' און דאָרט האַרקאװיס באַמערקונגען „חדשים וגם ישנים” אין באַנד 8 זענען פאראן זייער ווערטפולע פאָרשונגען וועגן ועד; וויכטיק זענען אויך דעמביצערס באַמערקונגען אין „כלילת יופי”, אין פּנקס קראָקע (פון דעמביצער, װעטשטיין), דובנאָווס פארעפנטלעכטער „פּנקס המדינה” (בערלין 1925) פון ליטע, און דובנאָווס אַרײנפיר און באַמערקונגען.