וועקער איז א היימיש-יודישער זשורנאל וואס ערשיינט עטליכע מאל א יאר; דאס איז א אייגענארטיגער זאמל פון מאמרים, איבער טעמעס וואס בארירן דעם היימישן כלל. אנגעהויבן פון נייע פרומקייטן וואס דערקוטשן דעם היינטיגער דור, און אויספירלעך מיט חכמות חיצוניות וואס זענען ווארשיינליך לעגיטים אינעם היימישן לאגער.

אנגעהויבן האט זיך עס פון א זאמעל מאמרים וואס זענען געשריבן געווארן אינעם קאווע שטיבל וועבזייטל, וואס איז היבש ליבעראל - מילד גערעדט.. אבער מיט דער צייט איז עס געווארן אייגנארטיג, מיט פאסיגע ארטיקלען, וואס זענען גענוג כשר פאר'ן היימישן באלבאטישן שטוב, און איז היבש באלאנסירט מיט אירע טעמעס, כאטש ווייניג צענזורירט.