וועקסילאלאגיע

שטודיע פון די היסטאריע, סימבאליזם און באנוץ פון פענער

וועקסילאָלאָגיע (ענגליש: vexillology) איז די שטודיע פון דער היסטאָריע, סימבאָליזאַציע און באַנוץ פון פֿענער, אָדער יעדן סאָרט אינטערעס אין פֿענער אין אַלגעמיין. דאָס וואָרט איז אַ צונויפשטעל פון דאָס לאַטיין וואָרט vexillum (וועקסילום, "פֿאָן") און דאָס אוראַלט גריכיש וואָרט λογία (לאָגיע, "שטודיע").

די פאָן פון דער אינטערנאַציאָנאַלער פעדעראַציע פון וועקסילאָלאָגישע אַסאָציאַציעס באַווײַזט אַ וועבערס בינדונג (ענ')

איינער וואָס שטודירט פֿענער הייסט אַ וועקסילאָלאָג, איינער וואָס פורעמט אויס פֿענער הייסט א וועקסילאָגראַף און די קונסט פון פֿענער־פאָרמירונג הייסט וועקסילאָגראַפיע. איינער וואָס האָט ליב אָדער באַוואונדערט פֿענער הייסט א וועקסילאָפֿיל.

היסטאָריע

רעדאַקטירן

די שטודיע פון פֿענער (וועקסילאָלאָגיע) איז פאָרמולירט דורכן אַמעריקאַנער פֿאָרשער און פֿענער סטודענט וויטני סמיט אין 1961 מיט דער פּובליקאַציע פון "דעם פֿענער בולעטין". אַדורך זײַן לעבן האָט סמיט אָרגאַניזירט פאַרשידענע פֿענער אָרגאַניזאַציעס און פאַרזאַמלונגען ווי דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנגרעס פון וועקסילאָלאָגיע, די צפון־אַמעריקאַנישע וועקסילאָלאָגישע אַסאָציאַציע און די אינטערנאַציאָנאַלע פעדעראַציע פון וועקסילאָלאָגישע אַסאָציאַציעס. סמיט, וואָס האָט אויסגעטראַכט דעם טערמין "וועקסילאָלאָגיע" אין 1957, האָט געשריבן: "כאָטש אַז פֿענער זענען גענוצט געווען זינט די פֿריסטע טעג פון דער מענטשליכער ציוויליזאַציע, די ערנסטע שטודיע פון דעם באַנוץ איז אַזוי נײַ אַז דער טערמין האָט נישט ערשינען אין שריפֿט ביז 1959". איידער יענע צײַט איז די שטודיע פון פֿענער פאַררעכנט געווען אַלס אַ טייל פון העראַלדיק.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וועקסילאלאגיע