וואקיום

(אַריבערגעפֿירט פון וועקיום)

וואַקיום אדער וואַקום אדער וואַקואום איז א פלאץ וואס איז פשוט ליידיג פון מאטריאל. אזוי ארום אז די דרוק דערפון איז אסאך ווינציגער פון די אלגעמיינער אטמאספערישן דרוק.

א ריזן וואקיום קאמער

דאס ווארט קומט פון לאטיינש וואס מ'רופט אזוי אן ליידיגקייט.

אין א שטויבמאשין ווערט דער לופטדרוק פארמינערט מיט 20% וואס שאפט א זויגונג כדי אריינצוזויגן שטויב און שמוץ.

דער קאסמאס האט א גאר שטארקן וואקום, מיט מער נישט ווי עטלעכע וואסערשטאף אטאמען אין יעדן קובישן מעטער (דורכשניטלעך).

דער ערשטער וויסנשאפטלער וואס האט געשאפן א וואקום אין דער לאבאראטאריע איז געווען עוואנזשעליסטא טאריטשעלי.

פארשיידענע שטאפלען פון וואקוםרעדאַקטירן