די וועסט עדמאנטאן מאלל (ענגליש: West Edmonton Mall), געפינט זיך אין עדמאנטאן, אלבערטא, קאנאדע, איז צפון אמעריקע'ס גרעסטע שאפינג מאלל און פארמאגט די וועלט'ס גרעסטע פארקינג לאט מיט פלאץ פאר 20,000 אויטאס. די מאלל איז 23 יאר געווען דער וועלט'ס גרעסטע מאלל ביז אין 2004 ווען די גאלדן ריסוירסעס מאלל אין כינע האט איבערגענומען דעם טיטל.

קראמען אין וועסט עדמאנטאן מאל


ארכיטעקטור רעדאַקטירן

די מאלל איז געבויט געווארן אין 1981 אינדרויסן פון דער שטאט עדמאנטאן אויף א שטח פון 5.3 מיליאן סקווער פיס און האט געקאסט 1.4 ביליאן דאלאר צו בויען. די מאלל פארמאגט איבער 800 געשעפטן וועלכע געבן אינאיינעם ארבעט פאר 23,000 מענטשן.


סוקסעס רעדאַקטירן

די מאלל באקומט בערך 33 מיליאן באזוכער פער יאר און צווישן 60,000 און 150,000 באזוכער פער טאג. מענטשן קומען צו פארן פון גאנץ נארט אמעריקע צו באטראכטן די געביידעס, אינערליכע האטעל, און די וועלט'ס גרעסטע אינערליכע וואסער פארק און נאך א רייע אטראקציע אוון שפיל פלעצער וועלכע געפינען זיך אלעס אונטער איין דאך.

די מאלל איז ארגינעל געווען א סוקסעס אבער האט שפעטער זיך געפלאגט ווען א טייל גרויסע געשעפטן האבן זיך פארמאכט אין שפיץ פון קענעדיען טייער וועלכע האט דארט פארמאגט איר גרעסטע געשעפט. אין די לעצטע יארן איז דער מצב בעסער געווארן ווען די פראווינץ האט אויפגעלעבט צוליב אירע גרויסע אויל קוועלער וועלכע זענען געווארן גאלד גריבער ווען די פרייזן פון אויל האבן זיך געהויבן.