וואריקאצעלע

קראנקייט
(אַריבערגעפֿירט פון וואריקאסעלע)

א וואַריקאצעלע איז אן אומנארמאלע געשווילעכץ פון די אדערן וואס טוען פירן די זרע ארויס פונעם גוף, און דעריבער קען נישט די זרע ארויסגיין פונעם גוף מיט דער געהעריגער קראפט, וואס דאס קען פירן צו פראבלעמען מיט רעפראדוקציע.

פון די ביצים וועלכע פראדוצירן דעם מאן'ס זאמען (די ספערמע) פירט א קאנאל (דער ספערמאטישער שטראנג) אוועק אין דער הויך, צוזאמען מיט דעם קאנאל גייען די זאגענאנטע ספערמאטישע בלוט-אדערן. דיעזע אדערן קענען צוצויגן ווערן און פול ווערן מיט בלוט וואס צירקולירט נישט גענוג גוט, זיי הייסן דאן וואריקעזע אדערן, און זען אויס ווי די געשוואלענע אדערן וואס טרעפן זיך אפט אויף די פיס פון פרויען און פון מענער וואס שטייען א סך אויף די פיס. צוזאמען מיט דעם געהט אפטמאל א שוועלונג פון דעם סקראטום, דאס הייסט פון דער זאק אין וועלכען די ביצים געפינען זיך. דיזער צושטאנד הייסט "וואריקאצעל".

די אורזאכן רעדאַקטירן

די אורזאכן צו "וואריקאצעלע" קען זיין: מען קען דערמיט געבוירן ווערן, צופיל שטיין אויף איין ארט, און נאך פילע.

 
א בילד פון דער דערשיינונג

די אפטקייט פון דער דערשיינונג רעדאַקטירן

די דערשיינונג איז באמערקט געווארן אין מענטשן וואס זענען שוין אַלט מער ווי 15 יאר, און זי איז געוואקסן ערגער לויט די העכער פון די עלטער. וואַריקאָצעלע קען זיך אַנטוויקלען אפילו אין מענטשן וואס זענען שוין עלטערן פון קינדער. דאס איז ווייַל די דערשיינונג איז גאר אפט, און זיין ווירקונג אויף פּראָדוקציע פון זרע ווערט געהויבן מיט די יאָרן.

שטודיעס וואס זענען ארויסגעגעבן אין די זשורנאלן וואס זענען ארויסגעגעבן צווישן אנדערע דורך אָקספֿאָרד און "דזשאָנס האָפּקינס" אוניווערסיטעטן טוען אנדייטן אז עס איז געווען אנטפלעקט אַז וואַריקאָצעלע איז די סיבה פאר 90% פון פרוכטבארקייט פּראָבלעמען פון די מענטשן אין דער וועלט.

באהאנדלונג רעדאַקטירן

דירעקטע באהאנדלונג איז נאר דאן נויטיג ווען מען ליידט פון דעם וואריקאצעל, און ווען מען קען קאנסטאטירן אן אמת'ן קראנקהאפטן צושטאנד.

דרויסנדיגע לינקען רעדאַקטירן