וואדים אקאפיאן
וואַדים אַקאָפּיאַן (רוסיש: Вадим Акопян; געב. דעם 23טן יאַנואַר, קאלינינגראד) – דירעקטאָר פֿונעם מוזיי פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין ווײַסרוסלאַנד (2012 – 2019), פֿאָרזיצער פֿון דער ווײַסרוסלענדישער געזעלשאַפֿטלעכער פֿאַראייניקוג "דער רעפּובליקאַער פֿאָנד 'האָלאָקאָסט'" (2012 – 2019), שטעלפֿאַרטרעטער פֿון פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון ווײַסרוסלענדישע ייִדישע געגעלשאַפֿטלעכע פֿאַראייניקונגען און קהילות (2016 – 2021).
געבורט |
23 יאנואר 1963 (אלט 61) קאלינינגראד, סאוועטן פארבאנד |
---|---|
לעבנס־געשיכטע
רעדאַקטירןוואַדים אַקאָפּיאַן איז געבוירן געוואָרן אין קאלינינגראד אין 1963. דער פֿאָטער – ניקאָלײַ אַקאָפּיאַן, אַ שאָפֿער, די מוטער פֿאַיִנע אַקאָפּיאַן (קליגער), אַ בוכהאַלטערין. אין 1964 האָט די משפּחה זיך איבערגעצויגן קיין וויטעבסק. אין 1985 האָט ער פֿאַרענדיקט דעם כימישן פֿאַקולטעט פֿונעם ווײַסרוסלענדישן מלוכה־אוניווערסיטעט. נאָך דעם געאַרבעט אין מינסק אויף אונטערנעמונגען פֿון עלעקטראָנישער אינדוסטריע. אין 2016 באַקומען אויך די באַקאַלאַווער־מדרגה אויפֿן היסטאָרישן פֿאַקולטעט פֿונעם ישׂראלדיקן אָפֿענעם אוניווערסיטעט.
זינט 2012 ביז 2019 האָט ער פֿאַרנומען דעם פּאָסטן פֿון דירעקטאָר פֿונעם מוזיי פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין ווײַסרוסלאַנד[1][2][3][4][5]. אינעם זעלבן פּעריאָד איז ער געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער פֿאַראייניקונג "דער רעפּובליקאַנער פֿאָנד 'האָלאָקאָסט'"[6][7][8].
זינט 2016 ביז 2021 געווען אַ שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם פֿאָרזיצער פֿון דעם פֿארבאַנד פֿון ווײַסרוסלעדישע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַראייניקונגען און קהילות[9][10].
זינט 2014 ביז איצט – שטעלפֿאַרטרעטער פֿון פֿאָרזיצער פֿונעם מעמאָריאַלן קאָמיטעט אויף צו באַהיטן דעם אָנדענק וועגן די חורבן־קרבנות אין דער רעפּובליק ווײַסרוסלאַנד[11].
פֿארהייראַט, האָט צוויי קינדער.
באַלוינונגען
רעדאַקטירן- דער צייכן פֿון צק פֿון אַלקיוף "אַ יונגער גוואַרדייער פֿונעם 11טן פֿינפֿיאָר" פֿון דער ערשטער מדרגה (1983)[12];
- אַ דאנקבאַרקייט־בריוו פֿון פֿאַרפֿולמעכטיקטן איבער ענינים פֿון רעליגיעס און נאַציאָנאַליטעטן בײַם מינסטערן־ראַט פֿון ווײַסרוסלאַד (2014).
אויסגאבעס
רעדאַקטירן- WorldCat Identities. Акопян, В. Н (Вадим Николаевич)
- Память и время, Минск, издательство «Медисонт», 2014, ISBN 978-985-7085-23-1
- Pamiatʹ i vremia : alʹmanakh / sostaviteli V.N. Akopi︠a︡n [and 4 others.]
- Образ Холокоста в телевизионной документальной драме-трилогии «Хроника Минского гетто»
- Луцкий В., Герстен Б. Хроника Минского гетто. Фильм 2. За честь и свободу (9:15, 9:30, 16:33, 17:05, 26:20, 27:37, 41:30);
- Луцкий В., Герстен Б. Хроника Минского гетто. Фильм 3. Рождённые дважды (11:46, 15:41);
- Луцкий В., Герстен Б. Зондергетто - Хроника Минского гетто (4:39, 36:10, 38:35, 40:43, 42:04, 48:14).
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Музеи Беларуси. Музей истории и культуры евреев Беларуси, archived from the original on 2020-02-19, https://web.archive.org/web/20200219044520/http://museums.by/muzei/muzei-g-minska-i-minskoy-oblasti/muzey-istorii-i-kultury-evreev-belarusi, דערגרייכט 2022-05-30
- ↑ Шидловская С. Музей истории и культуры евреев Беларуси в канун черной даты — 70-летия со дня уничтожения Минского гетто
- ↑ 22 июня: итоги Форума «Друзей Городка»
- ↑ На улице Клары Цеткин в Минске нашли надгробные камни Советская Белоруссия № 232 (24613), 5 декабря 2014
- ↑ Бордовская И. Почему в центре Минска под открытым небом лежат могильные плиты?, Комсомольская правда, 8/10/2015
- ↑ Галіна Абакунчык. Мэмарыял у Трасьцянцы: грошы ёсьць, справы — няма
- ↑ Что сделают с еврейскими могильными плитами, найденными при стройке в Минске, archived from the original on 2022-05-04, https://web.archive.org/web/20220504034153/http://www.the-village.me/village/city/news-city/268195-chto-s-mogilnymi-plitami, דערגרייכט 2022-05-30
- ↑ Жабинский А. В. Осмысление феномена Холокоста в белорусской культуре, стр. 395
- ↑ Белорусский фонд мира. Научно-практическая конференция
- ↑ Праздник города Копыля. Увековечили память Менделе Мойхер-Сфорима
- ↑ Фонд имени Саймона Марка Лазаруса по сохранению памяти о жертвах Холокоста в Республике Беларусь
- ↑ Национальный архив Республики Карелия, фонд П-779, опись 68, дело 33, страницы 42, 48-49
וועבלינקען
רעדאַקטירן- Уникальная выставка фотографий из семейных альбомов белорусских евреев открылась в Минске, Телеканал ОНТ, 5 мая 2016
- Музей «Замковый комплекс „Мир“». Дарители музея
- Вадим Акопян: «Когда тебе надо, ты — еврей, когда надо — армянин». (ארכיווירט 13.06.2021 ביי דער Wayback Machine)
- Минские евреи: «Это сейчас быть евреем модно, а раньше был ужас».