והוא כחתן יצא מחפתו
והוא כחתן יֹצֵא מחֻפתו איז א מוזיק אלבאם וואס איז ערשינען לכבוד דער חתונה פון ספינקא-וויזשניץ, ווען די טאכטער פון רבי נפתלי צבי ווייס פון ספינקא אין ברוקלין האט חתונה געהאט מיט דעם זון פון רבי מענדיל האגער פון וויזשניץ.
ס'איז דער זעקסטער מוזיק אלבום פון דעם דאזיגן ספינקא חסידות.
די ניגונים זענען נתחבר געווארן דורך הרב אברהם פערל, און אויסגעארבעט דורך ר' חיים באנעט און זיין זון ראובן.
די סאלאס זענען הרב אברהם קורניק, און הרב מנחם עלבוים.