היימיש

(אַריבערגעפֿירט פון הײמיש)

הייםיש איז דער אויסדרוק פאר יעדן קרייז לויט זיין באקאנטשאפט מיט פערזאהןען און זאכן וואס זענען נאנט צו זיי.

דאס ווערט גענוצט אויף א זאך וואס איז נישט פראפעסיאנאל. דאס הייסט געמאכט פון די היים.

אידישקייט

רעדאַקטירן

היימיש ביי עסנווארג מיינט נישט דווקא אז מען מאכט דאס אין שטוב נאר די סטאנדארטן אין כשרות איז ווי מ'וואלט דאס געמאכט אין א אייגענע היים.

עס זענען פארהאן אסאך מענטשען וואס עסן נאר היימישע מאכלים, צוליב כשרות, עס זענען דא היינט קאמפאניס וואס שטעלן ארויף אזאלכע לעיבלס אויף זייערע פראדוקטן אז עס איז היימיש, נישט אלעמאל איז דאס ריכטיג, ווייל עס איז נישט דא א געזעץ וועלעכע פארבאט שרייבן היימיש אויב ס'איז נישט אמת.

היימיש מיינט אז מען ניצט נישט קיין קלות אין הלכה, געוויסע הלכות וואס מענטשען האלטען אין שטוב וואו למשל באקוקען די אייער ווערן נישט פראקטיצירט אין פארבריקן אזוי אויך זיפן מעל אזוי אויך אפענע אייער איבער נאכט אפענע צוויבל איבער נאכט און נאך אסאך הלכות און חמרות וואס קאמפאניס זענען נישט מחויב צו פראקטיצירן, אויב א קאמפאני האלט איין די חמרות ווערט זי אונגערופען היימיש למשל פאדריגאל'ס בעקערי. די וואס זענען מקפיד אויף היימיש עסן יא פון פאדריגאלס.

אזוי אויך זענען דא געוויסטע וועלכע עסן נאר וואס איז געמאכט געווארן ביי זיך אין שטוב, אבער די זענען זייער ווינציג.