האנגאר
(אַריבערגעפֿירט פון הענגער)
א האנגאר איז אן אפגעצאמטער סטרוקטור צו האלטן פליווארג אין געשיצטן לאגער. רוב מאדערנע האנגארן זענען געבויט פון מעטאל, אבער האלץ און בעטאן ווערן אויך געניצט. דאס ווארט האנגאר שטאמט פון א צפון-פראנצויזישן דיאלעקט, און באדייט א פי פען.
א האנגאר באשיצט פליווארג פון וועטער און אולטראוויאלעט ליכט. האנגארן ווערן אויך געניצט אלס א פארצאמטן ווארשטאט אדער א מאנטאזש שטח. דערצו אין א האנגאר קען געהיימע פליווארג ווערן באהאלטן פון שפיאן סאטעליטן און שפיאן עראפלאנען.
די זאלן אויף שיפן וואס טראגן פליווארג ווערן אויך גערופן האנגארן.
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
האנגאר