היהודים באונגריא (ספר ראשון)
היהודים באונגריא איז א ספר פון הרב יקותיאל יהודה גרינוואלד. דעם ערשטן חלק פון דעם ספר האט ער ארויסגעגעבן אין יאר ה'תרע"ג, געדרוקט אין ווייצן.
אין דעם ספר באשרייבט ער אין קורצן הונדערט רבני וחכמי אונגארן וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים פון יאר ק"פ ביז ת"ר.
ביים אנהייב ברענגט ער הערות והוספות פון די חכמים ד"ר א' פריימאן פון פראנקפורט דמיין, ד"ר מרדכי בראן און פון שמואל (זיגמונד) זעליגמאן פון אמסטערדאם.
ער אנטהאלט נאנט צו הונדערט זייטן.