שטורעם ווינט
א האריקעין אדער א שטורעם ווינט אדער הוראַגאַן איז אן עקסטרעמער שטארקער שטורעם וואס קומט פון ווארעמע וואסערן, וואס קען זיין זייער שעדליך און פאטאל, געוואנדען לויט די ראטע פון מייל פער שטונדע און וויפיל רעגן עס ברענגט מיט זיך.
אן אלגעמיינער ווינט איז בערך 30 מ.פ.ש. ווען עס גרייכט צו 70 מ.פ.ש. ווערט עס שוין פארעכנט שעדליך, ווי עס קען חרוב מאכן הייזער און אויסרייסן ביימער, לויט עקספערטן קען אן אלגעמיינער פערזאן זיך נישט קעגן שטעלן א ווינט העכער 100 מ.פ.ש.
די לעצטע ברייט באקאנטער הוראגאן איז געווען הוראגאן קאטרינא, וואס האט געמאכן געפערליכע שאדנס אין די שטאט ניי ארליענס, לואיזיאנא און געבערעגט צו אסאך פאטאליטעטן.
דער הוראגאן
רעדאַקטירןא הוראגאן איז נישט קיין שם הכולל פאר א שטורעם ווינט נאר איז א נאמען פאר א געוויסע סארט שטורעם ווינט וועלכע פאסירט אינעם אטלאנטישן אקעאן. דער הוראגאן איז א טראפישע סייקלאן וואס מיינט אז עס בארירט די טראפישע לענדער (שטעט וועלכע האבן אסאך נאסקייט אין דער לופט) און דרייט זיך ארום און ארום ווי אין א רינג.
אין דער וויסנשאפטלעכער וועלט מעסט מען א הוראגאן לויט איר שנעלקייט. א סייקלאן ווינט וועלכע דרייט זיך שנעלער ווי 39 מייל פער שטונדע ווערט אנגערופן א טראפישע שטורעם ווינט. איינמאל עס דעגרייכט 74 מייל פער שטונדע דעמאלט גייט עס אריין אין די הוראגאן קאטעגאריע. אין קורצע ווערטער איז א הוראגאן א סייקלאן ווינט וועלכע פאסירט אין טראפישע לענדער נעבן דעם אטלאנטיק אקעאן וועלכע געפינען זיך נעבן דעם עקוואטאר.
א הוראגאן דרייט זיך פארקערט ווי דער זייגער (מערב צו מזרח) ווען עס בושעוועט אין די צפון אטלאנטיק לענדער און וועט זיך דרייען ווי דער זייגער (מזרח צו מערב) ווען עס דעגרייכט די דרום אטלאנטיק לענדער. אינעם צענטער פון א הוראגאן ווערט אנטוויקעלט זייער א שוואכע לופט דרוק (פיל נידעריגער ווי נארמאל) און ארום און ארום איז עס זייער מאכטפול צוליב זיין שנעלן ספיד.
זיין סיסטעם
רעדאַקטירןרוב הוראגאנען הייבן זיך אן ביים מערב ברעג פון אפריקע ווי זיי זענען מילדער און ווערן באטראכט אלס טארנעידאס (א טארנעידא איז א קליינע ביישפיל פון א הוראגאן). אויפ'ן וועג קיין נארט אמעריקע ווערן זיי שטערקער און מאכן אויסטערלישע גרויסע כוואליעס אינעם אטלאנטיק פון וועלכע אלע שיפן ווערן געווארנט. די טבע פון דעם הוראגאן איז אז ער לויפט נאר צו די ווארימע טראפישע לענדער וואו דאס וואסער אינעם אקעאן איז ארום 80 דעגריס.
וויסנשאפטלער פלאגן זיך נאך היינט קלאר צו פארשטיין וויאזוי א הוראגאן ווערט פארמירט. לויט זייער אינפארמאציע ווערט דאס געגרינדעט דורך אסאך ווארימע נאסקייט וועלכע וועפט אויס פונעם אקעאן און האלטן זיך צוזאמען פון וועלכע עס ווערט גרעסער און גרעסער און הייבט זיך אויך העכער. ווען די אנזאמלונג איז שוין זייער גרויס הייבט זיך אן פארמירן א סייקלאן פון די שטורמישע הייסע נאסקייט און דער לופט דרוק ווערט שטארק און הייבט אויף דעם בינטל און הייבט אן פארן זייער שנעל, ווען אין די גאנצע צייט ציט עס ארויס נאך און נאך ווארימקייט פונעם אקעאן. עס קען געדויערן פון עטליכע מינוט ביז עטליכע טעג ווילאנג א טארנעידא טוישט זיך צו א הוראגאן.
די שטארקייט פון א הוראגאן איז די הויכע און נידעריגע לופט דרוק וועלכע עס פארמאגט. די טבע פון היץ איז אז עס גייט ארויף וועלכע מאכט זייער א שטארקע לופט דרוק אויפן אויבערשטן טייל פונעם הוראגאן וועלכע קען דעגרייכן העכער 30,000 פיס. וויבאלד די היץ גייט ארויף פארלירט די אונטערשטע טייל פונעם הוראגאן זיין לופט דרוק און דאס מאכט דעם הוראגאן זייער שנעל דרייען וואס דאס איז זיין גאנצער מאכט.
א הוראגאן פארמאגט דריי טיילן וועלכע זענען די אויג, דער וואנט ארום די אויג, און די רינג ארום און ארום. ווי פריער ערקלערט דרייען זיך ארום די ווינטן אין א רינג וועלכע פארמירט א מיטעלסטער לאך דאס ווערט אנגערופן די אויג פונעם הוראגאן. די אויג פארלירט איר לופט דרוק און איז נישט שעדליך. די וואנט ארום די אויג איז די שטערקסטע טייל פונעם הוראגאן וועלכע אטאקירט אלעס וואס ער באטרעפט. די דרויסנדיגע טיילן פון דעם רינג וועלכע פארמירן און סופלייען דעם שטורעם זענען נישט אזוי שטארק ווי די רינג אבער איז נאך אלץ גענוג שטארק צו באזייטיגן א מאביל הויז. ווען א הוראגאן דעגרייכט א באוואוינטע געגענט דעמאלט וועלן נאר פארניכטעט ווערן די הייזער וועלכע וועלן זיין ביי די וואנט פון דעם הוראגאן. עס איז אן אפטער בילד וויאזוי א הוראגאן רינגעלט ארום א געוויסע געגענט און עטליכע הייזער אינעם צענטער פון דעם שטורעם ווערן נישט בארירט.
גרויסקייט און באוועגונג
רעדאַקטירןא הוראגאן קען אמאל זיין זייער קליין און קאנצעטרירט און אמאל וועט זיך עס אויסברייטערן זייער שטארק. ווי מער קאנצעטרירט ער איז אלס מער שעדליך איז ער אבער ער וועט עפעקטן א קלענערע צאל שטעט. אויב ער איז גרויס און צעשפרייט וועט ער עפעקטירן מערערע שטעט אבער וועט נישט מאכן אזעלכע חרבנות.
אין סעפטעמבער 1999 איז דער הוראגאן פלאיעד פארברייטערט געווארן צו טויזנטער מייל און האט באטראפן אלע מזרח שטעט פון קאנאדע, די פאראייניגטע שטאטן, און די קאריביען, אבער זיין מאכט איז נישט געווען אזוי שטארק און ער האט נאר אנגעמאכט אסאך פארפלייצונגן וועלכע האבן פארשוועמט גאנצע אינזלען אין די קאריביען.
די וועטער מומחים וועלן געווענליך ווארענען די געגנטן וואו דער שטורעם וועט דעגרייכן מיט פארשידענע מעלדונגען. אויב די וועטער זאגט פאר א טראפישע שטורעם באטראכטונג דעמאלט קען מען זיין גערישט אויף א מילדע שטורעם ביז 36 שטונדן. אזא שטורעם וועט זיך געווענליך דרייען צווישן 39 און 73 מ.פ.ש. אויב גיט דער וועטער מומחה א טראפישע שטורעם ווארענונג איז טייטש אז דער שטורעם קען דעגרייכן ביז 24 שטונדן. דאס זעלבע וועט געמאלדן ווערן מיט א הוראגאן. די ערשטע מעלדונג וועט געווענליך מיינען אז די שטארקייט פון דעם שטורעם איז נאך נישט פארזיכערט און עס קען דעגרייכן ביז 36 שטונדן. די צווייטע מעלדונג וועט שוין ווארענען מער ערנסט וואס וועט מיינען אז דער הוראגאן איז נישט ווייט אוועק און וועט דעגרייכן טיילן פון די שטאט אין די קומענדיגע 24 שטונדן.
חרבנות פון א הוראגאן
רעדאַקטירןיעדער הוראגאן ברענגט מיט זיך מיט גרויסע קוואנטום פון רעגן וועלכע ער וועט אראפלייגן אינעם צענטער פונעם שטורעם איבערלאזנדיג פארפלייצונגן וועלכע'ס שאדן קען גרינג זיין מיליאנען דאלארן. די בייזע ווינטן פון דעם הוראגאן קענען ווי גארנישט אויפהייבן אויטאס, אראפרייסן דעכער, און פארניכטן שיינע ים ברעגעס דורך צעבלאזן די גאנצע זאמד און דורך די מאכטפולע כוואליעס וועלכע ער טרייבט. א הוראגאן האט שוין אמאל גערירט א גרויסע קאמערציאלע פליגער וועלכע איז געזעצן אינדרויסן פון זיין הענגער.
דער הוראגאן האט אויך צוויי וועגן וויאזוי ער קען ארומקרייזן. אויב ער פארט דורך זיין רעכטע זייט וועט ער געווענליך זיין מער מאכטפול און זיינע פעטש וועלן בעסער קלינגן. אין 96' איז דער הוראגאן פראן געפארן אויף רעכטס און האט איבערגעלאזט חרבנות אין די ווערט פון ביליאנען דאלארן. פראן האט נישט איבערגעלאזט קיין בוים און אויך נישט קיין עלעקטריק זייל און מיליאנען מענטשן האבן פארלוירן עלעקטריק קראפט.
סטעיט אפישעלס ווארנען געווענליך אלע מענטשן אין די מעגליך באטרעפענדע געגענטער צו פארלאזן זייערע הייזער פאר דעם שטיק צייט ווייל א הוראגאן קען אין א רגע איינווארפן א גאנצע הויז און פארפלייצן אירע ברוכווארג.
אין אמעריקע האט דאס לאנד בייגעוואוינט די מאכטפולע הוראגאן קאטרינא אין 2005. די חרבנות זענען געווען גאר גרויס און די שטאט איז נאך היינט נישט צוריק צו נארמאל.
די נאכפאלגונג פון הוראגאנען
רעדאַקטירןווי פריער דערמאנט קען זיך דער זעלבער הוראגאן דרייען פונקט פארקערט ווען עס גרייכט אן אנדער ארט אין די וועלט. דאס איז צוליב די וועלט'ס פארעם איינדרייאונג וועלכע ווערט אנגערופן קאריאוליס עפעקט. די וועלט'ס פארעם קען גרינג געזען ווערן מיט יעדע סעטעלייט ראדאר און די וועטער מומחים קענען באלד אנצייגן גענוי וואו דער הוראגאן וועט גיין און וועלכע וועג ער וועט זיך דרייען.
די איינציגסטע ארגאניזאציע וועלכע פלעגט שטודירן און באטראכטן הוראגאנען איז געווען די אמעריקאנער עיר פארס באזע אין בילאקסי, מיסיסיפי. דערנאך איז עס איבערגענומען געווארן דורך די דעפארטמענט אוו דעפענס וועלכע האבן אויך גענוצט די עיר פארס פאר זייערע אויספארשונגן. די עיר פארס האט גענוצט מיליטערישע פליגער מיט וועלכע זיי זענען אריינגעפארן העכערן שטורעם און פון דארט גענומען בילדער און באטראכט די באוועגונגן פונעם הוראגאן.
אין 965' איז די ארבעט איבערגענומען געווארן דורך א ציווילע ארגאניזאציע וועלכע רופט זיך די הוראגאן האנטערס. די גרופע נוצט הערקולעס פליגער (א מיליטערישע פליגער וועלכע ווערט גענוצט דורך אסאך לענדער) וועלכע זיי האבן אויסגעשטאט מיט גאר פארגעשריטענע וועטער עקוויפמענט. די ארגאניזאציע באטראכט 5 שטורעמעס פער טאג אינעם אטלאנטיק, אנגעהויבן פון די מיטל-אטלאנטיק ביז האוואי.
לויט ווי די ארגאנזאציע זאגט ווערן געשאפן צענדליגער שטורעמעס אינעם אטלאנטיק יעדן טאג אינעם הוראגאן סעזאן וועלכע בלייבן געווענליך מילד און לאזן נאך איידער עס דעגרייכט די יבשה. די ארגאניזאציע באטראכט יעדע שטורעם און שיקט אירע מעסעדזשעס צו די נאציאנאלע הוראגאן צענטער אין מיאמי, פלארידע, וועלכע צעשפרייטן די אינפארמאציע פאר די לאקאלע נייעס און מידיא.
יעדעס מאל א הוראגאן גרייט זיך צו בארירן די יבשה וועט די נאציאנאלע הוראגאן צענטער ארויסגעבן א ווארענונג מיט גענויע אינפארמאציע וואו און ווען דער הוראגאן וועט אנקומען, וואו שטארק דאס וועט זיין, ווילאנג דאס וועט אנהאלטן, וועלכע געגענטער זאלן די איינוואוינער פארלאזן זייערע הייזער א.א.וו. די מאדערנע וועטער סיסטעם האט שוין געראטעוועט צענדליגער טויזענטער מענטשן פון טויט מיט אירע ווארענונגן. אמאל זענען הוראגאנען געקומען אין איבערראשונג און עס איז געווען נארמאל אז טויזענטער מענטשן זענען אומגעקומען.
די ערגסטע הוראגאן אין אמעריקע'ס היסטאריע איז פארגעקומען אין 900' אין די גאלף שטעט. דער שטורעם איז שפעטער באקאנט געווארן אלס אייסעקס שטורעם צוליב א געלונגענעם וועטער עקספערט מיט'ן נאמען אייסעק וועלכער איז געווען דער איינציגסטער עקספערט וועלכע האט געווארנט און דערנאך געמאסטן און באטראכט דעם הוראגאן. אין יענעם שטורעם איז גאנץ טעקסאס געווארן א סדום און 8,000 מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנ'ס.
הוראגאן נעמען
רעדאַקטירןכדי צו קענען בעסער נאכפאלגן די הוראגאנען האבן די וועטער עקספערטן באשלאסן זיי צו נאמינירן. די נעמען ווערן געגעבן דורך די וועלט'ס מעטראלאדזשיקל ארגאניזאציע. געוויסע לענדער פלעגן אמאל נאמינירן די הוראגאנען לויט דער צייט אין וועלכע עס האט פאסירט. אין 876' איז א הוראגאן אין פארטע ריקא נאמינירט געווארן אלס הוראגאן סעינט פעליעפ וועלכע איז דער נאמען פון א גלח וועלכער איז געשטארבן אדער געבוירן געווארן אינעם זעלבן טאג. אין 928' האט א הוראגאן באטראפן פארטע ריקא אינעם זעלבן טאג אין איז נאמינירט געווארן אלס סעינט פעליעפ דער צווייטער.
ביז די צווייטע וועלט קריג זענען אלע הוראגאן נעמען געווען מענערישע נעמען. אין 950' האט מען געטוישט צו פרויען נעמען און זינט 970' גיט מען ביידע סארט נעמען. די נעמען ווערן היינט געגעבן אין די רייע לויט די עי.בי.סי. די ערשטע הוראגאן אינעם סעזאן באקומט א נאמען וואס הייבט זיך אן מיט אן עי. די צווייטע מיט א בי. א.א.וו.
אלע שטורעמעס באקומען די נעמען פון די וועלט'ס מעטראלאדזשיקל ארגאניזאציע וועלכע באשליסט זייערע נעמען און האט שוין א ליסטע מיט נעמען פאר שטורעמעס ביז אין 06'. יעדע גיאגראפישע ארט אין די וועלט באקומט אנדערע סארט נעמען אבער אלע גייען אין דעם אויבנדערמאנטן עי.בי.סי. סיסטעם. אין 01' האט דער ערשטער הוראגאן אינעם אטלאנטיק געהייסן עליסאן און דער ערשטער סייקלאן אינעם פאציפיק האט געהייסן אדאלף.
בעפאר א שטורעם גרייט זיך צו קומען צו די יבשה האט די באטרעפענדע לאנד די רעכט צו בעטן פאר א טויש אין דעם נאמען. געווענליך טוט מען דאס ווען מען רעכנט זיך אויף אן אויסטערלישן שטארקן שטורעם וועלכע מען ווייסט אז וועט מאכן גרויסע שאדנס און מיט דעם וויל מען אפטיילן דעם שטורעם פון אנדערע מען זאל נישט אויסמישן ווען עס קומט צו היסטאריע, לעגאלע אקציעס, אינשורענס קלאגעס א.ד.ג.
א שטורעם וועלכע באקומט א ספעציעלן נאמען מעג לעגאל נישט איבערגענוצט ווערן ביז 10 יאר.