הדורות מראש
הדורות מראש איז א ספר וואס רעדט וועגן פארשידענע ענינים אין דער היסטאריע פונעם אידישן פאלק.
דאס ספר איז פארפאסט געווארן דורך הרב אברהם זילבער וועלכער איז געווען אן איידעם ביים מונקאטשער דיין ר' דוד שליסעל.
ער צוטיילט זיין ספר אין אכצן פרקים ווי ער איז מבאר די פאלגנדע ענינים פון תנ"ך: מסע בני ישראל במדבר (עם מאפע), ועברים עברו, הכהנים הגדולים בבית שני, המשנה והגמרא, התוארים בימי התנאים והאמוראים, וירא את העגלות, בני נחור, פרשת קרח, שרי הלויים, ירבעם ושלש רגלים, וירק את חניכיו, מלחמת כדרלעומר, ברית בין הבתרים, הכהנים בני אהרן, חלוקת הארץ בין ג' בני נח, בני עשו ובני שעיר, בני בנימין ובני בלע, משה רע"ה.
אין זיין הקדמה מאכט ער אוועק דעם "סדר הדודות" און אויך דעם "דוד דור ודורשיו". ובעיקר האקט ער אויף יוסיפוס און זיין ספר מלחמת היהודים, אז ער איז נישט געווען פרום און זיינע ווערטער שטימען נישט מיט די דברי חז"ל.
עס איז געדרוקט געווארן אין ניו יארק אין יאר תשי"ט.
עס האט הסכמות פון הרב יעקב קאמינעצקי און הרב משה פיינשטיין.