האפסבורגער הויז

(אַריבערגעפֿירט פון האפסבורג דינאסטיע)

דאס האַפסבורגער הויז איז געווען א פאמיליע פון הערצאגן, מלכים און מאנארכן וואס האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין אייראפעאישער היסטאריע.

זיי האבן געהערשט איבער עסטרייך מער ווי 600 יאר. אויך האבן זיי געהערשט איבער דער הייליגער רוימישער אימפעריע פון 1280 ביז 1918. א טייל פון דער צייט האבן זיי אויך געהערשט איבער שפאניע און די האלאנד.