א דרעטל איז א שטיקל דראט איינגעבויגן מיט צוויי שפיצן וואס מען ניצט צו באהעפטן פאפיר.

א פעקל דרעטלעך וואס מען ניצט אין א ביורא אדער אינדערהיים
ווי אזוי מען ניצט דרעטלעך - קוקענדיג פון פארנט און פון הינטן. די שפיצן קען ווערן געבייגט סיי דרויסנדיק סיי דרינענדיק.

בכדי צו באהעפטן עטליכער פאפירן צוזאם ניצט מען א דרעטלער וואס בייגט די שפיצן אז די פאפירן זאלן האלטן זיך צוזאמען גוט. מען קען אויך דרעטלן א פאפיר צו א טאוול; אין דעם פאל בלייבן די שפיצן גראד. דער ערשטער טיש דרעטלן איז געווארן ערפינדן אין 1877. די געוויינטליכע דרעטלך קענען האלטן צוזאמען 10-15 פאפירן, אבער ס'איז אויך פארהאן דיקער דרעטלעך וואס קענען באהעפטן דאקומענטן פון 20, 50 אדער 100 בלעטער.


דרויסנדיקע פארבינדונגען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דרעטלעך