דרך הלימוד
דרך הלימוד הייסט א וועג א סדר וויאזוי מען זאל לערנען די תורה.
עס ווערט דערמאנט פארשידענע וועגן וויאזוי מען זאל לערנען און פארטשיין די תורה.
עס זענען דא וואס זענען באקאנט אין גאנץ ש"ס אבער נאר די ווערטער נישט די טיעפקייט, אין גמרא ווערן זיי אנגערופן סיני, און אנדערע ספרים מיטן טיטול חמור נושא ספרים.
עס זענען דא וואס זענען שטארק אין פילפול, אין גמרא ווערן זיי אהנגערופן עוקר הרים.
עס זענען דא וואס לערנען זיין טיעף בעמקות, זיי לאזן זיך אריין אין די טיעפקייט פון א שטיקל גמרא און רירן זיך נישט דערפון ביז אלע דעטאלן קלאפן. ווי מען זעהט אין די ספרים פון מהר"ם שי"ף, מהרש"א.
אין דעם ענין פון טיעף איז אויך דא פארשידענארטיגע "פשטים" עס איז דא נוסח בריסק וואס שטאמט פון דעם גאון ר' חיים בריסקער, און עס איז דא נוסח אונגארין וואס שטאמט פון די אונגארישע גדולים ווי דער חת"ם סופר און זיינע תלמידים.
עס זענען דא וואס לערנען אויבערפעלכליך, זיין פארשטיין נישט קיין סך, נאר א ביסל, וואס אזוי האבן אסאך פשוט'ע עמך אידן געלערנט, און האבן אזוי דורך געלעבט זייער אלע לעבענס טעג.
יעדער דרך הלימוד קען מען ברענגן אונטערלאגע דאס הייסט ראיות פון ש"ס און פון ראשונים. עס איז דא גמרות וואס עס שטייט אז מען זאל אנדערש לערנען בעיון און עס איז דא גמרות וואס עס שטייט מען זאל לערנען קודם שנעל לגמור איניש והדר לסבור ואע"ג דלא ידע מאי קאמר (עבו"ז י"ט).
עס איז נישט קיין כלל אין דעם ענין פון דער "ריכטיגן דרך הלימוד", ווייל אסאך גדולי ישראל האבן געלרענט פארשידענארטיג, דא גדולים וואס האבן געלערנט טיעף, דא וואס האבן געלערנט שנעל, און דאך איז יעדער געוואסן א גרויסער מענטש ביי אידן.
דרך הלימוד פון ברסלבער ספרים
רעדאַקטירןאין ספר שיחות הר"ן סי' ע"ו ווערט געברענגט אז ר' נחמן פון ברסלב האט אסאך גערעדט מען זאל לערנן שנעל, מען זאל נישט מדקדק זיין אסאך, נאר לערענן שנעל, נישט טראכטן פון איין ענין אויפן צווייטן נאר קוקן צו מען פארטשייט דעם ענין אויפן פלאץ בשפטות, און אויב עס מאכט זיך מען פארשטייט נישט זאל מען לערנען ווייטער, און דערנאך וועט מען עס בעסער פארשטיין.
ער שרייבט דארט די ווערטער: ואמר שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד, לומר הדברים כסדר, וממילא יבין. אט דעם דרך הלימוד איז נישט בלויז אין דעם איינעם פלאץ אין שיחות הר"ן, עס ווערט איבעגעחזרט אין עטליכע פלעצער פון ברסלבער ספרים. זעה חיי מוהר"ן אינעם פרק שלא להתעקש על כל דבר, אויך ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' י"א אז זוכה זיין צו לערנען תורה לעומקה איז דורך זאגן די דיבורים. אויך אין ליקו"מ ח"א סי ע"ד ברעגנט ער פון זוה"ק אית מאן דלעי באורייתא ומגמגם בה בגומגוא דלא ידע, עס איז דא איינער וואס פלאגט זיך אין תורה ער ווייסט אבער נישט וואס ער רעדט, דאך האט השי"ת דערפון הנאה.
אייגענעטליך איז דער דרך הלימוד נישט קיין "ברסלבער דרך הלימוד" ווייל אזוי ווי אלע סארט דרך הלימוד'ס געפונט מען אויך אזא סארט דרך הלימוד, אזוי ברענגט ר' חיים וויטאל אין ספר פרי עץ חיים שער הלימוד, אויך דער בעל התניא אין זיין ספר הלכות תלמיד ברענגט עס אראפ, און כאטש דער בעל התניא האט גאנץ א צווייטער דרך הלימוד, דערמאנט ער אז עס איז פארהאן אזא סארט דרך הלימוד.
אין ספר רחמי האב שטייט אז ער קען א פשוטע שוסטער וואס זאגט יעדן טאג א בלאט גמרא און ווייסט נישט וואס עס טוט זיך דארט, דאך האט ער א צורה כאחד מהגדולים אשר בארץ.
דער תשב"ץ שרייבט כל מה שאדם לומד בעולם הזה ונמנע ממנו להבין יזכרו אותו לעתיד, אלעס וואס א מענטש לערנט און קען נישט פארשטיין וועט ער עס פארשטיין אויף יענע וועלט.
אפילו מען פארשטייט יא האט אויך ר' נחמן געהאלטן אז מען זאל נישט מדקדק זיין נאר זיך געוויינען לערענן לערנען מסיים זיין מסכת הש"ס און סימנים אין שו"ע. דער צדיק ר' נחמן האט געזאגט (שיחות הר"ן סי' כ"ח) אז אזוי א שר און פריץ בארימט זיך איך בין שוין געווען אין ווארשא אין בין שוין געווען אין ווילנא, אזוי דארף זיך קענען א מענטש בארימען אויף דער אמת'ר וועלט איך בין שוין געווען אין דעם ראשון און דעם ספר, איך האב שוין געלערנט דעם ספר א. א. וו.
אמאל האט ר' נחמן אויסגערעענט וואס א מענטש דארף אלץ צו פארטיגן יעדעס יאהר, ש"ס מיטן רי"ף, רא"ש, ד' חלקי שולחן ערוך, אלע מדרשים, זוהר תיקונים, ספרי קבלה.
אזוי שטייט אויך באריכות אין הקדמה פון ספר ליקוטי הלכות אז מען זאל זיך נישט דערשרעקן ווען מען זעהן א גרויסער ש"ך און א גרויסער דרוש זאל מען נישט מיינען איך וועל עס קיינמאל נישט פארשטייען, ניין, מען זאל אנהייבן צו זאגן אביסל און נאך אביסעל און נאך אביסעל ביז מען וועט עס פארשטיין. אויף דעם האט ר' נחמן איינמאל געלערנט זיין תלמיד ר' נתן "אביסעל איז אויך גיט".