דער לעבעדיקער
דער לעבעדיקער (דער אמתער נאָמען – חיים גוטמאַן, פּעטריקאָוו, ווײַסרוסלאַנד, 1887 – מײַאַמי, 1961) איז געווען אַ ייִדישער הומאָריסט, סאַטריקער און טעאַטער-קריטיקער.
לעבנס-געשיכטע
חיים גוטמאַן איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל פּעטריקאָוו (דעמלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע; איצט – אין באַשטאַנד פון דער האָמלער געגנט פון ווײַסרוסלאַנד) אין א פאַרמעגלעכער משפּחה. אין דער עלטער פון 9 יאָר, זענעדיק אַ חדר-ייִנגל, האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן לידער אויף ייִדיש. אין 1905 האָט חיים גוטמאַן עמיגרירט אין פשא און איז באַקאַנט געוואָרן אונטערן פּען-נאָמען "דער לעבעדיקער" אַלס מחבר פון עפּיגראַמען און סקעטשן אינעם הומאָריסטישן זשורנאַל "דער קיבעטצער". אין 1909 – 1915 האָט ער רעדאַקטירט אָט דעם זשורנאַל. אַ קורצע צײַט האָט ער רעדאגירט אויך די וואָכנשריפט "דער קונדס".
שפּעטער האָט דער לעבעדיקער געפירט הומאָר-אָפּטיילונגען אין ניו-יאָרקער צײַטונגען "די וואַרהײַט" און "טאָג". אין די לעצטע יאָרן פון זײַן לעבן האָט ער געאַרבעט אַלס פעליענטאָניסט אין "מאָרגן-זשורנאַל". אין זײַנע ווערק האָט דער לעבעדיקער אַקטיוו אויסגענוצט די גערעדטע ייִדישע שפּראַך פון איסט-סײַד מיט אַ סך ענגלישע ווערטער.
אין 1918 איז אין ניו-יאָרק דערשינען זײַן ערשט ביכל - אַ סקעטשן-זאַמלונג "אַזוי האָט גערעדט פּאָמפּאַדור". דערנאָך זײַנען דערשינען נאָך זיבן הומאָריסטישע זאַמלונגען. דער לעבעדיקער האָט אָנגעשריבן אויך אַ צוויי-אַקטיקע קאָמעדיע-פּיעסע "משיח אויף איסט בראָדוויי".
וועב-לינקען
וועגן דעם לעבעדיקן אינעם "לעקסיקאָן פון ייִדישן טעאַטער" (אויף ענגליש) -
וועגן דעם לעבעדיקן אין דער רוסלענדישער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע (אויף רוסיש) - http://www.rujen.ru/index.php/%D0%93%D0%A3%D0%A2%D0%9C%D0%90%D0%9D_%D0%A5%D0%B0%D0%B8%D0%BC
וועגן דעם לעבעדיקן אין דער רוסישער וויקיפּעדיע - https://ru.wikipedia.org/wiki/%D0%94%D0%B5%D1%80_%D0%9B%D0%B5%D0%B1%D0%B5%D0%B4%D0%B8%D0%BA%D0%B5%D1%80