דעני פינקלמאן

(אַריבערגעפֿירט פון דעני פֿינקלמאַן)

דעני פֿינקלמאַן (ענגליש: Danny Finkelman) איז א ארטאדאקסיש-יידישער פילם דירעקטאר, און פירער פון דער 'ספּאַרקס-נעקסט' פילם פּראָדוקציע פירמע.

זייענדיג א היימישער פרומער רעזשיסאר, מיט אסאך ערפארונג, טוהט ער באשעפטיגן פיל גרויסע שטערנס אין דער ארטאדאקסישער געמיינדע; צווישן זיי גד אלבז, ניסים בלאק, מנשה לוסטיג.

צום יאר 2017 האט ער ערצייגט א יידישן פול-לענג פילם, מנשה, וואס איז אויסגעלויבט געווארן ביי גאר אנערקענטע פילם אינסטאנצן.[פֿעלט אַ מקור]

פינקלמאן איז א ליובאוויטשער חסיד, און האט אין ציל אויסצוניצן זיין ענערגיע פאר'ן צוועק פון פארשפרייטן לעכטיגקייט און אחדות אויף דער וועלט, און צווישן זיינע פולע פראיעקטן, זענען באקאנט; 'די האלאקאוסט סערווייווער בענד', אחדות כלל ישראל, און א רייע קאנצערטן אין ניו יארק יערליך.


וועבלינקעןרעדאַקטירן