דען האג
דען האג איז די דריטע גרעסטע שטאט אין האלאנד, נאך אמסטערדאם און ראטערדאם, מיט א באפעלקערונג פון 475,580 (פון אן 1 יאנואר 2006). איר שטח איז 100 קוואדראט ק"מ. די האלענדישע רעגירונג איז באזירט אין דען האג. אויך דאס אינטערנאציאנאלע געריכט פון יוסטיץ געפינט זיך אין דען האג.