דייוויד דער צווייטער, מלך פון שאטלאנד

דייוויד דער צווייטער, מלך פון סקאטלאנד (1324 - 1371 ; ה'פ"ד - ה'קל"א) דער זון פון ראבערט דע ברוס מיט זיין צווייטער ווייב עליזאבעט דע בורג איז געווען דער קעניג פון שאטלאנד זייט דעם 7טן יוני, 1329 (ה'פ"ט) ביז זיין שטארבן.

דייוויד דער צווייטער, מלך פון שאטלאנד
Dàibhidh II
געבורט 5 מערץ 1324
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 22 פעברואר 1371 (אלט 46)
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג מאנארך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דינאסטיע
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

דייוויד איז געבוירן געווארן אין דעם דאנפערמאלין פאלאץ אין פיף. אינעם יאר 1328 (ה'פ"ח), ווען ער איז געווען 4 יאר אלט, האט ער חתונה געהאט מיט דזשאאן פונעם טורעם די טאכטער פון עדווארד דער צווייטער, דער קעניג פון ענגלאנד, און פון איזאבעלא פון פראנקרייך ווען זי איז געווען 7 יאר אלט.

דייוויד איז געווארן דער קעניג פון סקאטלאנד נאך זיין טאטנס שטארבן (1329), און אין נאוועמבער 1331 (ה'צ"ב) איז ער באקרוינט געווארן צוזאמען מיט זיין ווייב דזשאאן אויף דעם שטיין פון סקאן.