דעוואנאגארי
דעוואַנאַגאַרי (देवनागरी, Devanāgarī) איז א שריפט סיסטעם געניצט צו שרייבן די שפראכן פון צפון אינדיע און נעפאל, איינשליסנדיק סאנסקריט, באנגלא, הינדי, מאראטהי, סינדהי, ביהארי.
דעוואנאגארי ווערט געשריבן פון לינקס אויף רעכטס. עס האט נישט די אונטערשייד וואס מען טרעפט אין גלחיש שריפט צווישן קליינע און גרויסער אותיות. עטלעכע גרופעס פון אותיות ווערן באהעפט מיט א ליניע אין דער הייך.