דער דניעפער (רוסיש: Днепр ; בעלאַרוסיש: Дняпро ; אוקראיניש: Дніпро ;פּויליש: Dniepr) איז א גרויסער טייך, לאנג 2,285 ק"מ, וואס פליסט פון רוסלאנד דורך בעלארוס און אוקראינע אינעם שווארצן ים. 485 ק"מ ליגן אין רוסלאנד, 595 ק"מ אין בעלארוס און 1,095 ק"מ אין אוקראינע. א טייל פונעם טייך איז דער נאטירלעכער גרענעץ צווישן בעלארוס און אוקראינע. דער דניעפער איז דער פערטער לענגסטער טייך אין אייראפע.

דניעפער
דער דניעפער אין קיעוו
לענג 2285 קילאמעטער
קוואל וואלדיי בערג
55°52′00″N 33°41′00″E / 55.86667°N 33.68333°E / 55.86667; 33.68333
הייך פונעם טייכס קוואל 220 מעטער
דרענאזש בעקן 516,300 קוואדראט קילאמעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס 1,670 קובישע מעטער א סעקונדע
לענדער אין דרענאזש בעקן רוסלאנד, בעלארוס, אוקראינע


די פאלגנדע חשובע שטעט ליגן אויפן דניעפער: סמאלענסק (רוסלאנד), מאהליוו (בעלארוס), קיעוו (אוקראינע), ניקאפאל (אוקראינע) און כערסאן (אוקראינע).

געאגראפיע

רעדאַקטירן

דער טייך איז לאנג אינגאנצן 2,145 ק"מ, פון וואס געפינט 485 ק"מ אין רוסלאנד, 700 ק"מ אין בעלארוס און 1,095 ק"מ אין אוקראינע.

בייטייכן פונעם דניעפער

רעדאַקטירן

דער דניעפער האט א סך בייטייכן (ביז 32,000) פון וואס 89 זענען טייכן לענגער פון 100 ק"מ.[1] די הויפט פון זיי, גערעכנט פון קוואל אראפ, זענען

.

די וואסער רעסורסן פונעם דניעפער בעקן באשטייען בכרך 80% פון גאנץ אוקראינע.[1]

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דניעפער
  1. a b Splendid Dnieper. There is no straighter river. Ukrinform. 4 July 2015