דניאל מאַרלין (ענגליש: Daniel Marlin, געב. אין ניו-יאָרק 1945) איז אַן אַמעריקאַנער ייִדישער דיכטער (אויף ענגליש און אויף ייִדיש) און קינסטלער.

לעבנס-געשיכטע

רעדאַקטירן

דניאל מאַרלין איז געבוירן געוואָרן אין ברוקלין, אויסגעוואַקסן אין ניו-יאָרק. מיט לידער אויף יידיש האָט ער דעביוטירט אין 1981 אויף די שפּאַלטן פונעם לאָס-אַנדזשעלעסער ליטעראַרישן זשורנאַל "חשבון". אַ וויכטיקע ראָליע אין דניאל מאַרלינס קומען צו דער שאַפונג אויף דער יידישער שפּראַך האָט געשפּילט מלכּה חפץ-טוזמאַן. אַ געוויסע צײַט האָט דער דיכטער געלעבט אין יאַפּאַן. איצט וווינט ער אין בערקלי, קאַליפאָרניע, ווו ער פאַרנעמט זיך צווישן אַנדערס מיט אונטעריכטן יידיש.


דניאל מאַרלינס ביכער

רעדאַקטירן
  • Mad Ships Cargo: Trees of Justice, New York, 1969
  • A Green for My Blues: Art, Poetry, and Prose, New York, 1977
  • לידער, בוירקלי, 1981
  • Jerusalem & the boardwalk, Berkely, 1982
  • Heart of Ardor: Paintings, Berkely, 2007
  • Isaiah at the Wall, Palestine Poems, Berkeley , 2010
  • Amagasaki Sketchbook, Berkeley, 2011

וועבלינקען

רעדאַקטירן