די חקירה פון מענדל בייליס
י' אב תרע"א איז ר' מנחם מענדל בייליס איינגעזעצט געווארן. אין דעם זעלבן טאג האט מען באפרייט די פרוי טשעביריאק מיט איר קבוצה רוצחים. ר' מענדל האט נישט געוואוסט וואס וועט זיין מיט אים. מ'האט אים געסטראשעט מיט גרויסע עונשים אויב ער וועט נישט "מודה" זיין וואס ער ווייסט וועגן דעם קינד אנדרושה יוסשיצקי.
פיר אזייגער נאכמיטאג, האט ר' מענדל געהערט דאס געוויין פון א קינד וועלכע האט זיך געהערט ווי דעם קול פון איינעם פון זיינע קינדער. ער האט גוט צוגעהערט און ער איז שוין געוועון זיכער. ער האט זייער מורא געהאט, וויסנדיג אז דער זון זיינע איז א ביישן און האט זייער מורא פון פאליציי. ער האט שוין מורא געהאט צו טראכטן וואס זיי קענען טון מיט עם. בשעת זיין קינד וויינט נאך קומט אריין קולייבקו און זאגט "זעסט! אויך דיין זון רעדט שקרים.. "וועלכע שקרים?" פרעגט ר' מענדל. "זשעניא, קום אריין" רופט זיך אן קולייבקו, און ער ברענגט אריין דעם זון פון טשעביריאק אינ'ם שטוב. ער קערט זיך צו ר' מענדל און זאגט "זשעניא זאגט אז דיין זון פלעגט שפילן מיט אנדרושה און ער לייקנט עס".. דאן האט ער ארויס גענומען זשעניא פונ'ם שטוב. אפאר מינוט דערנאך האט ר' מענדל געזען דורך א פענסטער ווי מ'שפארט איין זיין זון אין א שטוב.
כאטש ר' מענדל האט לכחחילה געהאפט אז זיי וועלן באלד זען אז דאס איז א טעות און זיי וועלן עם באלד באפרייען, האט ער שוין יעצט געכאפט אז די מעשה איז נישט אזוי פשוט [ער האט אבער נישט געקענט בשום אופן וויסן די טיפקייט פון דעם רשעות פונ'ם צאר, און זיין ציל צוצוקומען צו א עלילת דם יהי' איך שיהי', דאס האט נאך כמעט קיינער נישט געוואוסט אין יענער צייט]. ער האט אבער נישט פארשטאנען וואס זיי ווילן פון זיין קינד, פארוואס האבן זיי אים געברענגט דא אין דעם גיהנם?
צום אוונט איז אריין א רוסישע פרוי און זי האט געזאגט "דיין קינד איז דא, אבער זארג זיך נישט, איך זע צו אים נאך. איך בין אליינס א מאמע און איך פארשטיי אייער ליידן און איך שעץ אייך זייער. זארג זיך נישט, דער אייבערשטער ראטעוועט ערליכע מענטשן"..
שבת
רעדאַקטירןווען עס איז געווארן נאכט, האט ר' מענדל זיך דערמאנט אז עס איז ליל שבת קודש. ער האט זיך דערמאנט וויאזוי ער פלעגט זיצן שבת מיט זיינע קינדער אלע אנגעטון מיט בגדי שבת און יעצט איז דער שטוב צוווארפן.. נישט קיין ליכטיגקייט, נישט קיין שמחה.. ער האט געוויסט אז די אויגן פון זיינע נאנטע מענטשן צוגיין פון וויינען. ער האט כמעט פארגעסן פון זיין אייגענער צרה, און ער האט נאר געטראכט פון זיין איינגעשפארטע יונגל און זיין טרויעריגע משפחה. ער האט געקלונגען מיט'ן גלאק און קולייבקו איז אריין. "הער" זאגט ר' מענדל, "עס גייט מיר נישט אן וואס וועט געשען מיט מיר, אבער פארוואס האלט איר מיין זון אלס איינגעשפארטע? דו ביסט דאך אליינס א טאטע! מיין קינד קען דאך דא קראנק ווערן. איר וועט דאן זיין שולדיג! איר קענט נישט באפרייען דעם קינד"? קולייבקו האט געשמייכלט א רשעות'גיגע שמייכל: "דאס גאנצע וואס דו דארפסט צו טון איז צו דערציילן דעם אמת".. "וואס ווילסטו? אמת אדער ליגנט"? האט ר' מענדל געשריגן. "אפילו אויב דו וועסט דיך עקש'נען קען איך דיר נישט דערציילן לינגט! איך בין ריין פון זינד".. "נארישקייטן! נארישקייטן!" האט ער דאס אוועקגעמאכט, "איך וועל דיר שיקן אין תפיסה און דארט וועסטו שוין אנדערש רעדן".. ער איז ארויס און צוגעמאכט די טיר מיט א קנאק און ר' מענדל איז געבליבן אליין. ווען ער האט געהערט דעם זייגער קלינגן צוועלף אזייגער, האט ער פארשטאנען אז היינט נאכט וועט ער שוין פון דא נישט ארויסגיין. פון צייט צו צייט האט ער געהערט ווי זיין זון היסט און ער האט געמיינט ער גייט ארויס פונ'ם דעת פון פיל צער. דעם נעקסטן טאג בערך מיטאג צייט האט ער געהערט ווי איינער פרעגט זיין זון אויב ער קען אליינס אהיים גיין אדער איינער זאל עם באגלייטן. א שעה דערנאך איז אריין א פאליציי און עם דערציילט אז ער האט באגלייט זיין זון ביז'ן טראם [באן אויפ'ן גאס] אבער דער זון האט נישט געוואלט ארויפגיין [עס איז געווען שבת קודש] און ער איז אהיים געגאגנגען צופיס. דער ידיעה אז זיין זון איז פריי האט עם אביסל בארוהיגט.
זונטאג
רעדאַקטירןזונטאג האט ער ווייטער געהערט די קול פון זיינע קינדער. מ'האט עם געלאזט גיין זיך טרעפן מיט זיי אינדרויסן פון דעם שטוב ווי ער איז געווען, אבער נאך אפאר מינוט האט מען זיי אפגעטיילט. אכט טאג איז ר' מענדל געווען אינ'ם בנין "אוכראנא" [פאליציי-סטאנציע] אן דעם וואס איינער זאל אפילו קומען עם אויספרעגן. ער איז געווען זייער דערציטערט. ער האט געוואלט האפן אויף א גוטן אויספיר אבער ער האט מורא געהט, זיי פרעגן עם דאך אפילו גארנישט. דאס קען זיך דאך ציען עד בלי סוף, פארוואס? פארוואס? האט זיך די שאלה געדרייט אין זיין מח. ערשט אינ'ם אוונט פון חמשה עשר באב [תרע"א] איז אריין געקומען א פאליציי און עם געזאגט אז ער גייט יעצט גענומען ווערן צום געריכט אויף אויספארשונג. די נייעס האט עם גאר אביסל מחזק געווען. ענדליך געשענט שוין עפעס. סוף סוף וועט ער כאטש געוואר ווערן ווי ער שטייט. ער וועט געוואר ווערן אויף וואס פונקטליך מ'איז עם דא חושד. ער האט זיך געיאגט און איז ארויס אויפ'ן גאס באגלייט דורך צוויי פאליציי.
אין דער קורצער צייט וואס ער איז געווען איינגעשפארט, האט ר' מענדל כמעט פארגעסן ווי עס זעט אויס אינדרויסן. ער האט מתבונן געווען אויף די מענטשן וועלכע גייען ארום אן קיין דאגות.. במשך די פאר טאג איז ער געווארן זייער אפגעשוואכט און עס איז עם שווער געווען צו גיין. ער האט געפרעגט רשות אויב ער קען פארן מיט'ן טראם. "דו ביסט איינגעשפארט און דו קענסט נישט פארן צוזאמען מיט אנדערע" איז געווען די שארפע תשובה. ער איז ווייטער געגאנגען און מענטשן אין גאס האבן זיך אפגעשטעלט און געוויזן אויף עם. עטליכע האבן עם דערקענט און דאס האט צוגעלייגט נאך בושה און ווייטאג צו זיין ווייטאג.
אויסגעמוטשעט פון די אכט טעג אינ'ם אוכראנא און פון דעם לאנגען וועג צופוס דורך די גאסן, איז ר' מענדל אנגעקומען בשארית כוחותיו צום געריכט-הויז. דארט איז ער אריין אין א גרויסן זאל ווי עס האט אים ערווארט דער [אויבן דערמאנטע] הויפט-פארשער, פענענקו. צוזאמען מיט אים זענען אויך דארט געווען דער "געגענט-ריכטער" קארבאווסקי און זיין העלפער לושקרעף. זיי האבן זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטן מיט שמייכלדיגע פנימ'ער. זיי ווייסן שוין יעצט די "תוצאות" פון די "חקירה".
לויט ווי עס איז געווען איינגעפירט בימים ההם אין רוסלאנד, ווען מ'האט געברענגט א חשוד צום געריכט צום "סליעדאוואטיעל" [הויפט-פארשער], האבן די פאליציי וועלכע האבן עם געברענגט געדארפט שטיין א גאנצע צייט לעבן דעם מענטש און זיי טארן אים נישט לאזן גיין וואו זיי קענען עם נישט זען. אין דעם פאל איז געשען עפעס אויסערגעווענדליך.. די פארשער האבן פארלאנגט אז די פאליציי זאלן פארלאזן דעם שטוב.. ר' מענדל האט זייער מורא געהאט, ער האט פארשטאנען אז די שופטים ווילן דא מאכן עפעס א שטיקל קעגן עם און זיי ווילן נישט אז די פאליציי זאלן דאס זען.. ער האט אבער גארנישט געקענט טון דערוועגן. זיינע הרגשים האבן געשאקלט צווישן האפענונג און יאוש.. האפענונג וועגן זיין ידיעה אז ער איז אינגאנצן אומשולדיג, און יאוש וועגן זיין וויסנשאפט איבער דעם רוסישע "משפט".
דער הויפט-פארשער פענענקו דרייט זיך צו ר' מענדל: "האסטו געקענט אנדרושה יושצינסקי"? "ניין!" האט ר' מענדל באלד געענטפערט. "איך ארבעט אינ'ם ביורא [אפיס] פון א גרויסע פאבריק. מיינע טאג-טעגליכע געשעפטן זענען מיט גרויסע סוחרים און נישט מיט קינדער, און אוודאי נישט סתם קינדער פון די גאס. עס קען זיין איך האב עם אמאל געזען אבער מ'באגעגענט דאך אסאך מענטשן אינ'ם גאס.. איך בין זיכער איך וואלט נישט געוויסט א חילוק צווישן עם אדער אן אנדערע קינד".
דער "געגענט-ריכטער" קארבאווסקי איז געזעסן און האט גוט באטראכט ר' מענדל. פלוצלינג איז ער צוגעקומען און אנגעהויבן עם אויספרען. "מ'זאגט אז צווישן די יודן זענען פארהאן אזעלכע מענשטן וואס מ'רופט 'צדיקים' און ווען איינער וויל שעדיגן פאר א צווייטן גייט ער צום 'צדיק' און געבט עם א 'פדיון', און דאן טוט דער צדיק מיט זיינע כוחות ברענגן אן אומגליק אויף יענעם מאן"... יעדע מאל וואס ער האט דערמאנט א ווארט פון לשון הקודש ווי 'צדיק' און 'פדיון' האט ער אריינגעקוקט אינ'ם ביכל וואס ער האט געהאלטן. "ענטשולדיגט", זאגט ר' מענדל, "אבער איך ווייס קיין שום זאך נישט וועגן צדיקים, פדיונות און אזעלכע סארט זאכן. איך פארשטיי נישט וואס איר ווילט פון מיר"..
כאטש די גאנצע זאך האט אויסגעזען ווי עפעס א שפיל, האבן זיי אויסגעזען אינגאנצן ערנסט ביים אויספרעגן. ר' מענדל האט געטראכט אז זיי ווייסן זיכער אז די פרוי טשעביריאק האט גע'הרג'ט אנדרושה און זיי פרעגן אים נאר אויס לויט א באפעל פון די הויכע פענסטערס.. נאך דער חקירה האט פענענקא געהייסן אים צוריק פירן צום "אוכראנא". זיין האפענונג שנעל באפרייט צו ווערן זענען נישט אנגעקומען, אבער ער האט נאך אלץ געגלייבט אז זיי וועלן זיך שנעל כאפן צו זייער טעות און וועלן עם אהיימשיקן.
צוריק אין אוכראנא
רעדאַקטירןווען ער איז אנגעקומען צום "אוכראנא" האט מען עם אריינגעפירט אין א צימער ווי עס זענען געווען נאך דריי מענטשן, צוויי יודן און איין רוסישער. אין יענער צייט איז דער "אוכראנא" געווען גאר פיל, ווייל דער צאר [ימ"ש] האט דעמאלס געדארפט קומען באזוכן די שטאט קיעוו. לכבוד דעם האט מען געמוזט מסלק זיין פון די גאסן אלע וועלכע עס קען זיי איינפאלן עפעס צו טון צו שטערן דעם באזוך.. האט מען זיי אלע געשיקט אינעם אוכראנא. ווען די דריי מענטשן האבן זיך דערוויסט ווער זייער נייער "חבר" איז, האבן זיי עם אנגעהויבן טרייסטן אז ער וועט אוודאי באלד באפרייט ווערן און ער זאל זיך נישט מייאש זיין. ר' מענדל איז אבער געווען זייער צובראכן. וואס קען ער, א מענטש אליין, טון קעגן א ממשלה וועלכע האט עם אויסגעוועלט אלס שעיר לעזאזל, און וועלכע טוט אלעס עם צו באשולדיגן. דאס איז נישט דעם ערשטן מאל וואס דער צאר פרובירט מעורר זיין שנאה און פאגראמען אויף יודן דורך אזעלכע עצות. נאר איין מחשבה האט עם געטרייסט: ער האט געוויסט אז זיי האבן נישט אפילו א קליינעם שטיקל ראיה צו זיין שילד.
צוריק אין געריכט-הויז
רעדאַקטירןנאך אפאר טאג איז ער ווייטער גערופן געווארן צום הויפט-פארשער. די חקירות האבן עם אויסגעמוטשעט פיזיש און מאראליש. מצד אחד האט דאס עם געשטארקט, ווייל אויב זיי ווילן עם אויספרעגן אפשר איז דאס א סימן אז זיי ווילן טאקע געוואר ווערן דעם אמת. מצד שני איז ער געווען זייער דערציטערט פון די מאדנע שאלות וועלכע זיי האבן געפרעגט. ער האט חושש געווען אז די אלע שאלות זענען נאר עם אויסצומישן און צוטומלען און האבן בכלל נישט קיין שייכות צום מעשה. נאך מער איז ער דערציטערט געווארן ווען איינער פון די אנדערע איינגעשפארטע אינ'ם אוכראנא האט עם געזאגט אז עס זעט עם אויס אז די גאנצע מטרה איז צוצוברעגנען צום פאגראמען קעגן יודן רח"ל. עס זעט עם אויס ווי די געריכט-מיניסטער אליינס וויל דא אויפוועקן שנאת ישראל און דעקט אויף די אמת'ע שולדיגע אין דעם פרשה. מחמת איזה סיבה האט ער מער מורא געהאט פון פענענקו ווי פון אלע אנדערע. [עס איז שפעטער נתברר געווארן אז ער האט ווייניגער געהעצט קעגן ר' מענדל ווי אנדערע].
ווען ער איז געקומען צום צווייטן מאל אין געריכט, האט ער דארט געטראפן פענענקא אליינס. דאס מאל אויך האט ער פארשיקט די פאליציי, די וועכטער און ער איז געזעסן א שטיק צייט אריינגעטון אין זיינע מחשבות. פלוצלינג קערט ער זיך צו ר' מענדל און זאגט: "בייליס! דא מוזט פארשטיין אז נישט איך בין דער וואס טוט דיר באשולדיגן. דאס איז דער "געגענט-ריכטער".. ער איז דאר וואס האט געהייסן דיר איינשפארן אין תפיסה"... "מ'גייט מיר איינשפארן?? מ'גייט מיר לייגן אין תפיסה?? איך וועל מוזן אנטון קליידער פונ'ם תפיסה??" האט ר' מענדל געזאגט, נישט גלייבנדיג וואס ער הערט דא. "איך ווייס נישט פונקטליך וואס וועט זיין מיט דיר, איך וויל נאר אז דו זאלסט וויסן אז די הוראות קומען פון עם און נישט פון מיר", איז געווען די קורצע תשובה. א קאלטע שווייס האט אנגעכאפט ר' מענדל. אויף דעם האט ער זיך שוין נישט גערעכנט.. אין תפיסה?? ער האט זיך געשפירט אינגאנצן פארלוירן.. ער האט גוט פארשטאנען אז דער פרשה וועט זיך נישט שנעל ענדיגן.. טראץ זיין גרויסע שרעק האט ער זיך געצווינגען צו רעדן: "איך קען אייך עפעס דערמאנען? דאס איז דעם ערשטן מאל אין מיין לעבן וואס איך האב צוטון מיט אזא הויך-ראנקיגע מענטש. איך ווייס אבער אז דער סדר גייט אז דאס ארבעט פונ'ם הויפט-פארשער איז נאכצוגיין דעם חשד און מברר זיין דעם אמת. נאך ער האט חוקר געווען אן אנגעגרייט א "באשולדינג-פאפיר" ערשט דעמאלס געבט ער איבער די זאך צום געגענט-ריכטער. אויב ער איז מסכים צו די ראיות, שיקט מען יענעם אין תפיסה, טאמער נישט, שיקט מען עם אהיים. אויב דו שיקסט מיר יעצט אין תפיסה, איז א ראיה אז דו האסט עפעס געטראפן קעגן מיר. אבער וואס האב איך געטון? מיט וועלכע זינד טוט מען מיר באשולדיגן"? "פרעגט מיר נישט קיין שאלות" האט ער שנעל געזאגט, "איך האב דיר שוין צופיל געזאגט, עס איז דער געגענט-ריכטער און נישט איך".. ר' מענדל האט געקענט זען פון זיין רעדן אז עפעס טוט זיך דא מאחורי הפרגוד.. די גאנצע זאך זעט אויס ווי עפעס א פינסטערע פלאן.
ער האט אבער נישט געהאט קיין סאך צייט אריינצוקלערן דערין, ווייל דער פאליציי איז אנגעקומען עם צוריק צו באגלייטן צום אוכראנא. אין זיין האנט איז געווען דעם "באשולדינג-פאפיר" וועלכע איז נאך ביזדערווייל געווען געזיגלט און ר' מענדל האט עס נאך נישט געקענט זען. נאך אביסל צייט האט מען עם מודיע געווען אז ער גייט אין תפיסה. זיי האבן מסכים געווען צו זיין בקשה צו זיין נאך איין נאכט אינ'ם אוכראנא, מיט די יודן וואס ער האט דארטן קענען געלערנט.