די גרינע קוזינע
די גרינע קוזינע איז א ליד קאמפאזירט דורך אייב שווארץ, מיט ווערטער פון יעקל לייזעראוויטש.
- עס איז צו מיר געקומען א קוזינע,
- שיין ווי גאלד איז זי געווען די גרינע.
- בעקעלאך ווי רויטע פאמעראנצן,
- פיסעלאך וואס בעטן זיך צו טאנצן.
- הערעלאך ווי זיידן וועב געלאקטע,
- ציינדלאך ווי פערעלאך געטאקטע.
- אויגעלאך ווי הימל בלוי אין פרילינג,
- ליפעלאך ווי קארשאלאך א צווילינג.
- ניט געגאנגען איז זי נאר געשפרונגען,
- ניט גערעדט האט זי נאר געזונגן.
- לעבעדיק און פריילאך יעדע מינע,
- אט אזא געווען איז מיין קוזינע.
- און אזוי אריבער צענער יארן,
- פון מיין קוזינע איז א טעל געווארן.
- פיידעס האט זי וואכן לאנג געקליבן,
- ביז פון איר איז גארנישט נישט געבליבן.
- היינט אז איך באגעגן מיין קוזינע,
- און איך פרעג איר ס'מאכסטו עפעס גרינע.
- זיפסט זי אפ און איך ליין איר מינע,
- ברענען זאל קולאמבאס' מדינה!