דזשים הענסאן
- דער ארטיקל דיסקוטירט דזשים הענסאן, דער פערזאן. טאמער זוכט איר זיין פירמע, זעט די דזשים הענסאן פירמע.
דזשיימס מאָרי "דזשים" הענסאָן (ענגליש: James Maury "Jim" Henson, 24סטן סעפטעמבער 1936 – 16טן מיי 1990) איז געווען אן אמעריקאנער קינסטלער, אנימאטאר, ליאלקע-אָפּעראַטאָר און פילם-מאכער. ער איז מערסט באקאנט געווען פאר זיין ווערק מיט "די מאַפּעטס", וואס ער האט געהאלפן שאפן.
געבורט |
24 סעפטעמבער 1936 פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
16 מאי 1990 (אלט 53) מאנהעטן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
הענסאָנ'ס מערסט בארימטע ליאלקע איז קערמיט די פראש. אלס א ליאלקע-אָפּעראַטאָר האט הענסאָן געשפילט אין פארשידענע טעלעוויזיע פראגראמען ווי "סעזאם גאס" און "דער מאַפּעט שוישפיל" און פילמען ווי "דער מאַפּעט פילם" און "דער גרויסער מאַפּעט קייפּער". אויך האט ער געבויט ליאלקעס פאר פראיעקטן ווי "פֿראַגל ראָק", "דער פינצטער קריסטאל" און "לאבירינט".
וועבלינקען
רעדאַקטירן- וויקיע האט א וויקי וועגן דער טעמע: "די מאַפּעטס" (אויף ענגליש)