דזשארדזש פלויד פראטעסטן

די דזשארדזש פֿלויד פראטעסטן[1][2] זענען א סעריע פון פראטעסטן און ראַיאטן[3] וואס זענען א רעאַקציע צו פאליציי ברוטאַליטעט, וואס האט זיך אַנגעהויבן ווי לאקאַלע פראטעסטן אין מינעאַפאליס, מינעסאטע, און האבן זיך פֿאַרשפרייט דורכאויס די פֿאַראייניגטע שטאטן און דערנאך איבער דער גאָרער וועלט. די פראטעסטן האבן אנגעהויבן אין מינעאפאליס דעם 26סטן מיי 2020, נאָכן טויט פון דזשארדזש פֿלויד ווען אפֿיציר דערעק שאווין פון די מינעאפאליס פאליציי האט געקניט אויף זיין האלדז לענגער ווי אכט מינוט בשעת ער האט אים אַרעסטירט א נאַכט פֿריער.[4]

פּראָטעסטן האבן דאן אנגעהויבן איבער די פֿ״ש און אינטערנאַציאנאל אין שטיצע פון יושר פֿאַר פֿלויד, און אין אָפּאָזיציע צו פּאָליצייַ ברוטאַליטעט. אמווייניגסטנס 12 גרויסע שטעט האָבן דערקלערט א קורפיו שבת־צונאכט דעם 30סטן מאי, און זינט דעם 2טן יוני האבן גובערנאטארס אין 23 שטאַטן און וואשינגטאן די סי גערופן די נאַציאָנאַלע גוואַרדיע, מיט איבער 17,000 זעלנערס. פון אנהייב פון די פראטעסטן ביז פרימארגן דעם 2טן יוני, זענען אמווייניגסטנס 5,600 מענטשן ארעסטירט געווארן.

הינטערגרונט

רעדאַקטירן

מאָרד פון דזשאָרדזש פלויד

רעדאַקטירן

אַרעסט און טויט

רעדאַקטירן

אום 25סטן מאי 2020 איז פארגעקומען א מארד, וואס איז אויפגעכאפּט געווארן אויף ווידעא וועלכע איז ארום וויירעל איבער סאציאלע מידיא פלאטפארמעס, וואס האט געצייגט ווי א פּאר ווייסע פּאליסלייט אין מינעאפּאליס, מינעסאטא, האבן געהאט א באגעגעניש מיט דעם 46 יעריגן שווארצן דזשארדזש פֿלויד, וועמען מ'האט ארעסטירט ווייל ער האט אנגעבליך גענוצט א פאלשן צוואנציגער, ווען ער האט איינגעקויפט אין א רעסטאראנט. ווי די ווידעא צייגט, זעט מען א מינעאַפאָליס פאליציי-אפיציר דער 48 יעריגער פאליסמאן דערעק טשאווין קניט אויפ'ן האלדז פון פֿלויד, וועלכער איז שוין געלעגן אויף דער ערד געקייטעלט, און ער האט אזוי געקוועטשט אויף האלדז 8 מינוט און טוען זיך נישט וואוסענדיג מאכן פון די געבעטן פונעם פארשוין און ארומיגע אז דער פארשוין קען נישט אטעמען. מ'האט געזען ווי אזוי דער פּאליסמאן האלט זיינע הענט אין די הויזן טאש, ער קוועטשט מיט די לינקע קני דעם האלדז פון דעם מאכטלאזן שווארצן, אפילו ווען מ'האט שוין געזען אז דער שווארצער גייט אריין אין א קריטישע פאזע. דער ווידעא האט געוויזן אז טשאווין האט אזוי געקוועטשט אויפ'ן האלדז 8 מינוט און 46 סעקונדעס, און אין די כמעט לעצטע 3 מינוט איז שוין פֿלויד געווען באוואוסטלאז! ווען ער איז אנגעקומען אין שפּיטאל האט מען באשטעטיגט אז ער איז טויט. מ'הערט אויפ'ן ווידעא ווי אזוי פֿלויד בעט זיך אז ער קען נישט אטעמען, און ווי מענטשן שרייען צו די פּאליציי אז יענער זאל אויפהערן, און נישט הרג'נען דעם שווארצן וואס ליגט אויף דער ערד, און די 4 פּאליסלייט וואס זענען דארט געווען האבן גארנישט געטאן דערוועגן. מ'האט געלאזט טשאווין ווייטער דערשטיקן פֿלויד.

נאכפאלגן

רעדאַקטירן

דינסטאג ווען דער ווידעא איז באקאנט געווארן, האט עס אויפגעטרייסעלט דאס לאנד, און דער מעיאר פון מינעאפּאליס, דער 38 יעריגער דזשעיקאב פריי, האט זאפארט דינסטאג אויפגעזאגט די 4 פּאליסלייט, און פארארדנט אן אויספארשונג. דער מעיאר, פון אידישן אפּשטאם, האט שטארק סימפּאטיזירט מיט פֿלויד און זיין פאמיליע, און האט זיך געפּלאגט איינצוהאלטן פון וויינען ווען ער האט גערעדט צו די פּרעסע. דער פּאליציי שעף האט געזאגט אז ער האט פּרובירט צוערשט איבערצוקוקן אלע קאמערעס וואס פּאליסלייט דארפן טראגן אויף זיך, צו אנאליזירן גענוי וואס איז דארט פארגעקומען, אבער דאס לאנד האט געשטורעמט.

די לאקאלע פאליציי דעפארטמענט האט צום ערשט געלויטעט אז דער פארשוין איז געשטארבן פון זייטיגע פראבלעמען, נאכ'ן זיין עטליכע שטונדן אין שפיטאל זאגנדיג, אז דער פארשוין - וועלכע איז שפעטער אידענטיפיצירט געווארן אלס דזשארדזש פֿלויד - איז געבעטן געווארן ארויסצוקומען פון זיין אויטא, נאך וואס די אפיצירן האבן באקומען באריכטן איבער א טונקלע געשעפט, אבער דאן האט דער פארשוין זיך "פיזיש" אנטקעגן געשטעלט צו די אפיצירנ'ס פארלאנגען, אבער נאך פילע ווידעאס וועלכע האבן אנגעהויבן אנקומען צו די פרעסע און אן אויספארשונג פון די עף-בי-איי האט די פאליציי דעפארטמענט געלאזט הערן אז זי האט אפגעזאגט די דאזיגע פיר אפיצירן וועלכע זענען געווען אויפ'ן סצענע ווי די טראגישע פאסירונג איז פארגעקומען. די ענטפער פון די לאקאלע איינוואוינער איז געווען פילע ווילדע פראטעסטן פארענט פונעם פאליציי סטאנציע ווי הונדערטער באטייליגטע האבן געהאלטן שילדן וועלכע האבן זיך געליינט "איך קען נישט אטעמען" אדער "יוסטיץ פאר דזשארדזש פלאויד". ווי אויך זענען עטליכע פאליציי אויטאס שווער צו'מזיק'ט געווארן, עטליכע פראטעסטן האבן זיך געענדיגט מיט די פאליציי שפריצן טרערן-גאז (זעט ווידעאס ביי די ענדע פונעם ארטיקל). דער לאקאלער בירגערמייסטער האט אין א רעדע מיטוואך דעם 27סטן מאי געבעטן אז מען זאל אנקלאגן די אפיציר וועמענס קניען זענען געווען אויף פלויד'ס האלדז. ווי אויך האט מען געהערט פון פלויד'ס פאמיליע וועלכע האט געבעטן אז מען זאל אנקלאגן די דאזיגע אפיצירן פאר מארד!

מ'האט באלד געהערט פארלאנגען פאר'ן ארעסט פון טשאווין און אויך פון די אנדערע פּאליסלייט, און שווארצע האבן אנגעהויבן דעמאנסטרירן אין מינעאפּאליס און אויך אין מערערע שטעט איבער'ן לאנד, פארלאנגענדיג יוסטיץ. מ'האט אויך אנגעוויזן אויף עטליכע אנדערע אינצידענטן וואו שווארצע זענען גע'הרג'עט געווארן דורך ווייסע, און די שווארצע מאסן האבן אנגעהויבן שטורעמען איבער דעם. עס האט אויך צוגעשפּילט צו די אויפגעהיצטע געמיטער וואס דאס אמעריקאנער פאלק איז שוין עטליכע מאנאטן געווען איינגעשפּארט אין שטוב, זיי האבן נישט געהאט קיין שולעס אדער אנדערע געזעלשאפטליכע אקטיוויטעטן, איז מען געווען מער אנגעצויגן ווען מ'האט זיך ארויסגעלאזט אויף די גאסן צו דעמאנסטרירן.

ערשט פרייטאג איז טשאווין ארעסטירט געווארן אויף קלאגעס פון 3'טע גראד מארד, און אויך אויף מענסלאטער מארד, און מ'האט באשטימט א האלבן מיליאן דאלאר בעיל פאר אים וואס ער האט ווי פארשטענדליך נישט געקענט צושטעלן. א סאך האבן פארפירט פארוואס מ'טוט גארנישט פאר די אנדערע פּאליסלייט וואס האבן דאס צוגעקוקט און נישט פּרובירט צו ראטעווען דעם שווארצן פֿלויד, און אויך פארוואס האט מען אנגעקלאגט טשאווין אויף אזא לייכטע מארד קלאגע. אין דער טורמע, האט מען געהאלטן טשאווין אונטער א ספּעציעלע שטארקע וואך, אז ער זאל זיך נישט נעמען דאס לעבן.

די לייכטערע קלאגע קעגן טשאווין איז אין א געוויסן זין געבויט אויף דעם פּאלמעסינג באריכט פון דינסטאג, וואס האט געוויזן אז פֿלויד האט געליטן פון פארשידענע פּראבלעמען אריינגערעכענט הארץ קראנקהייט, און דאס אלעס האט ווארשיינליך בייגעשטייערט צו זיין טויט. אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט קלאר אז ער איז געשטארבן בלויז ווייל טשאווין האט אים דערשטיקט!

די פֿלויד פאמיליע האט געדונגען דעם געוועזענעם רעספּעקטירטן ניו יארקער הויפּט מעדיקעל עקזעמינער דאקטאר מייקל באדען, דורכצופירן א צווייטע זעלבסטשטענדיגע פּאלמעסינג.

פארמישטע

רעדאַקטירן

אין 06', איז דערעק טשאווין געווען איינער פון 6 פּאליסלייט וואס זענען געווען פארבונדן מיט'ן טויט פון 42 יעריגן וועין רעיעס, וועלכער איז דערשאסן געווארן צום טויט דורך די פּאליסלייט ווען ער האט ארויסגעצויגן א ביקס אויף זיי. אין זעלבן יאר איז ער אנגעקלאגט געווארן דורך אן ארעסטאנט, אבער א יאר שפּעטער האט מען עס ארויסגעווארפן. אין 08' איז טשאווין אויסגעפארשט געווארן איבער זיין ראלע אין א שיסעריי וואו דער ארעסטאנט איז פארוואונדעט געווארן ווען די פּאליציי האט געזאגט אז יענער האט געוואלט צוכאפּן דעם גאן פון א פּאליסמאן און טשאווין האט אים געשאסן. אין זעלבן יאר האט ער באקומען אן אויסצייכענונג פאר זיין רעאקציע ביים כאפּן עמיצן וואס האט געהאט א גאן. אין 11' איז א שפּאנישער 23 יעריגער געשאסן און פארוואונדעט געווארן ווען די פּאליסלייט האבן זיך געיאגט נאך אים, און טשאווין איז געווען איינער פון די פּאליציי.

א צווייטער פּאליסמאן ביי דעם פֿלויד אינצידענט, טאו טאואו (אן אזיאנער) איז אנגעקלאגט געווארן אויף נוצן צופיל קראפט אין 17', ווען ער האט געשלאגן און געשטויסן א געקטייטעלטן ארעסטאנט ביז ער האט צעבראכן יענעמ'ס ציין. די שטאט האט געשליכטעט די אנקלאגע פאר 25,000.

די אנדערע 2 פּאליסלייט זענען נאך געווען נייע, אין זייער פּראבע צייטן.

עס האט געדויערט א פּאר טעג, אבער עווענטועל האט אמעריקע "אויפגעריסן" ווען פארברעכערישע און העצערישע עלעמענטן האבן פארוואנדעלט דעמאנסטראציעס אין מערערע שטעט אין שטורמישע ראיאטן, שלאגענדיג זיך מיט די פּאליציי, פאראורזאכענדיג מאסיווע שאדענס. עס זענען געווען ראיאטן אין אלע 50 שטאטן. מען האט חרוב געמאכט פאליציי קארס פארברענט רעגירונג געביידעס און אפילו פארשוועכט מאנומענטן. אויך אין אייראפע איז שוין געווען דעמאנסטראציעס, אריינגערעכענט טויזענטער וואס האבן דעמאנסטרירט אין לאנדאן! ארום 1,700 זענען ארעסטירט געווארן זינט די ערשטע נאכט יו"ט, און קורפיוס זענען געמאלדן געווארן אין מערערע שטעט. די פאליציי האט שוין מוצ"ש שטרענגער געהאנדעלט. איבער 15,000 נעשאנעל גארד טרופן זענען מאביליזירט געווארן אין א 15 שטאַטן אין צוגאב צו די הויפטשטאט וואשינגטאן. די דעמאנסטראציעס וואס זענען פארגעקומען אין מערערע שטעט איבער'ן לאנד איז עווענטועל פארוואנדלט געווארן אין מיאוס'ע ראיאטן אין מערערע שטעט, ווען די פארברעכערישע עלעמענטן האבן איבערגענומען קאנטראל פון די אויפגערעגטע מאסן. מ'האט צ.ב.ש., קלאר געקענט זען מוצ"ש בילדער ווי אזוי עס קומען אן אנדערע שווארצע, אין אנדערע קליידונג ווי די דעמאנסטראנטן, און זיי ברעכן איין אין די געשעפטן אין לאס אנדזשעלעס - און דאס זעלבע איז אויך געווען אין אנדערע שטעט - און גייען ארויס פון דארט מיט זייער רויב. עס איז אפילו געווען געוויסע פאלן ווען די גנבים האבן זיך ממש געשטעלט אין א שורה, א פּאר זענען אריינגעגאנגען און ווען זיי זענען ארויסגעקומען מיט גרויסע שאכטלעך, ווארשיינליך מיט קאמפּיוטערס וואס זיי האבן גע'גנב'עט, איז געווען פּלאץ פאר אנדערע וואס זענען אריינגעגאנגען. דאס איז אנגעגאנגען טראץ בילדער וואס איז געכאפּט געווארן דורך די פּרעסע און מידיא, ביז פּאליציי איז אנגעקומען, וואס דאן איז מען זיך צעלאפן.

אין געוויסע פאלן האט מען אבער אטאקירט די פּאליציי. מ'האט פארברענט פּאליס קארס, און פילייכט האט זיך דאס אנגעהויבן אין מינעאפּאליס, ווען מאסן האבן געשטורעמט און אטאקירט די פּאליציי סטאנציע וואו עס האבן געארבעט די 4 ווייסע פּאליסלייט פון דעם אינצידענט, און דער מעיאר האט פארארדענט אז מ'זאל עוואקואירן די געביידע ווען ער האט איינגעזען אז דאס לעבן פון די פּאליסלייט איז אין א סכנה. די פארברעכער האבן דערנאך אונטערגעצינדן און פארברענט די גאנצע געביידע.

דער מעיאר איז טאקע קריטיקירט געווארן דורכ'ן גאווערנער, איבער זיינע שוואכע רעאקציעס, און דער גאווערנער פון מינעסאטא, טים וואלז (סיי דער גאווערנאר און אויך דער מעיאר זענען דעמאקראטן), האט געמאלדן אז ער נעמט איבער אליין קאנטראל פונעם מצב, אבער עס האט נישט לאנג געדויערט ווען ער האט איינגעזען אז ער מוז יא אנקומען צו די קאאפּעראציע און מיטארבעט פונעם מעיאר. דער גאווערנאר האט אבער מאביליזירט די גאנצע "נעשאנאל גארד" פון דעם שטאַט, צום ערשטן מאל וואס מ'האט גענומען אזא דראסטישע שריט זינט די צווייטע וועלט מלחמה, מיט די האפענונג אז די באוואפנטע סאלדאטן מיט זייערע שווערע מאשינען וועלן קענען מאכן ארדענונג.

פּרעזידענט טראמפּ האט ביי א פּרעסע קאנפערענץ אין ספּעיס צענטער אין פלארידא געמאלדן אז ער האט אויסגעדריקט זיין סימפּאטיע צו די פֿלויד פאמיליע, אבער ער שטייט אין פעסטע קעגנערשאפט צו יעדן וואס וויל אויסנוצן די טראגעדיע צו רויבן און שעדיגן מענטשן.

דער פּרעזידענט איז קריטיקירט געווארן אויף זיינע טוויטס פון פרייטאג, אריינגערעכענט וואו ער האט באצייכנט די ראיאטערס און דעמאנסטראנטן אלס "שלעגער" פארברעכער, און האט געווארענט אז "ווען די פּלינדערייען הויבן זיך אן, הויבן זיך אן די שיסערייען". א טאג שפּעטער האט ער אבער גענוצט מילדערע אויסדרוקן, אז כאטש ער שטיצט די רעכט פון פרידליכע פּראטעסטן, האט דאס וואס שפּילט זיך אפּ אויף די גאס גארנישט צו טאן מיט'ן זכרון פון דזשארדזש פֿלויד. די געוואלדטאטן און וואנדאליזם ווערט אנגעפירט דורך לאקאלע לינקע גרופּעס וועלכע טעראריזירן די אומשולדיגע, זיי מאכן חרוב דזשאבס, שעדיגן ביזנעסער און פארברענען הייזער, און די הויפּט קרבנות פון דעם שוידערליכן מצב זענען די בירגער וואס וואוינען אין די דאזיגע קאמיוניטיס. די דעמאנסטראציעס און ראיאטן פון פרייטאג זענען נאך ערגער געווארן אויפצומארגענס.

דער דעמאקראטישער פּרעזידענט קאנדידאט דזשאסעף ביידען האט פארלאנגט אן ענדע צו די געוואלדטאטן ראיאטן, זונטאג, אבער זיין קאמפּיין איז אריינגעשלעפּט געווארן אין א קאנטראווערסיע ווען מ'האט אויסגעפינען אז ווייניגסטענס 13 פון זיינע קאמפיין ארבייטער האבן בייגעשטייערט צו א פאנד צו העלפן צושטעלן בעיל פאר די פּראטעסטירער וואס מ'האט ארעסטירט אין מינעאפּאליס. איינער פון זיי וועלכער האט זיך אידענטיפיצירט אלס א קאמפּיין ארגאניזירער פאר ביידען אין עטליכע דרום שטאַטן, האט אין איר טוויט געוויזן א רעסיט אז זי האט בייגעשטייערט $50 און האט אויפגעפאדערט אז יעדער דארף באקעמפן אומיוסטיץ. דער פאנד איז קעגן דעם געדאנק פון קעש בעיל, אין פּרינציפּ.

מ'קען זיך נישט פארשטעלן דעם פּחד אונטער וואס מ'לעבט ווען מ'זעט די חיות ווילדעווען אויף די גאסן, און מ'קען זיך אויף קיינעם און גארנישט פארלאזן, סיידן אויפ'ן רבוש"ע.

אין וואשינגטאן די. סי.

רעדאַקטירן

עס איז אפילו געקומען צו געשלעגן ממש פאר'ן ווייסן הויז אין וואשינגטאן, ווען א 1,000 דעמאנסטראנטן האבן ארומגענומען דעם גאנצן שטח פונעם ווייסן הויז וואס איז געווען באפעסטיגט מיט אלע סארטן פּאליציי און באריקאדעס און געפּאנצערטע סיקרעט סערוויס, שטאטישע און פּארק פּאליציי. די פּראטעסטירער האבן געווארפן פלעשער אויף די פּאליציי און האבן מיט די מאסקעס אויף זייערע פּנימ'ער געשריגן באנומענע קולות, און די פּאליציי האט צוריקגעשלאגן מיט די שטעקענס און געשאסן "פּעפּער ספּרעי", און שב"ק פארנאכטס זענען נעשאנאל גארד טראקס ארומגעפארן אויף די גאסן צו העלפן מאכן ארדענונג. ווען די דעמאנסטראנטן האבן נישט געקענט איינברעכן די צוימען פונעם ווייסן הויז (פּרעזידענט טראמפּ איז דאן געווען אין פלארידא, מיטצוהאלטן א נייע ספּעיס מיסיע), האבן זיי זיך צעטיילט און קלענערע גרופּעס, און דאן האבן די ווילדערע עלעמענטן באקומען די אויבערהאנט פון די מחנות. מ'האט געצינדן און צעבראכן פענסטער וואו זיי האבן נאר געקענט, ממש עטליכע בלאקס פון ווייסן הויז, און מ'האט געפּלינדערט און גערויבט פון די געשעפטן וויפיל עס האט זיך נאר געלאזט.

ביי א רעסטאראנט אין וואשינגטאן וואס ווערט גענוצט דורך די רייכערע עלעמענטן, האט מען געשפּריצט מיט רויטע פארב: די רייכע זענען מער נישט פארזיכערט!

אין מיננעסאָטאַ

רעדאַקטירן

מ'האט נאכנישט געהאט קיין גענויען חשבון זונטאג צופרי וויפיל הונדערטער זענען ארעסטירט געווארן אין מינעאפּאליס אבער גאווערנאר וואלז האט געזאגט אז א סאך פון זיי זענען געקומען פון אנדערע שטאטן.

אין ניו יארק סיטי

רעדאַקטירן

אין ניו יארק האט מען ארעסטירט די ווייסע 27 יעריגע סאמאנטא שעדער פרייטאג צו נאכטס ווען זי האט געווארפן א "מאלאטאוו קאקטעיל" (אזוי רופט מען א פלאש מיט ברענשטאף וואס ווען מ'ווארפט עס און עס ווערט צעשמעטערט רייסט עס אויף אין פלאמען) אויף א פּאליציי ווען אין די קראון הייטס געגענט פון ברוקלין 10:30 ביינאכט. זי איז גראדע א ווייסע סימפּאטיקער מיט די דעמאנסטראנטן, און מ'האט זי ארעסטירט אינאיינעם מיט איר שוועסטער. זיי זענען געקומען פון די אפּשטאַט שטאט קעטסקיל, און האבן שוין א היסטאריע פון צוזאמענשטויסן מיט די פּאליציי ביי פּראטעסטן. איצט האבן זיי 4 קלאגעס פון מארד פארזוך, פאר די 4 פאליסלייט וואס האבן זיך געראטעוועט פון דעם ברענענדיגן פאליציי טרעקל. זיי זענען געווען צווישן די 3,000 דעמאנסטראנטן וועלכע האבן געבושעוועט פרייטאג אווענט אויף די גאסן פון ניו יארק, און מ'האט זייער קלאר געזען אויף ווידעא ווי אזוי די שוועסטער האבן אנגעגרייט די פייער-פלאש, און דערנאך האט זי עס געווארפן אויף די פּאליסלייט. צו מזל האבן די 4 פּאליסלייט געקענט ארויסשפּרונגען באצייטענס ווען זייער טרעקל איז אויפגעגאנגען אין פלאמען.

אויף די פארארדענונג פון פּרעזידענט טראמפּ און אטוירני דזשענעראל באר, האבן די פעדעראלע אינסטאנצן אינטערווענירט און מוצ"ש איז אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט אויף 2 פרויען און 1 מאן אין צוזאמענהאנג מיט מאלאטאוו קאקטעילס. 2 איינוואוינער פון ברוקלין זענען ארעסטירט געווארן פרייטאג אינמיטן די נאכט ווען מ'האט געפונען אין זייער "ווען" באשטאנדטיילן פון די באמבע וואס זיי האבן געווארפן אויף א פּאליציי קאר פאר'ן אנטלויפן, און די אנדערע קלאגע איז קעגן שעדער. מ'פארשטייט אליין אז פעדעראלע קלאגעס גייען פיל הארבער, און אין צוגאב צו די שטאַט מארד פארזוך קלאגעס, ווארט אויף די פעדעראלע אנקלאגעס מינימום 5 יאר און ביז 20 יאר טורמע פאר די אויפרייס מאטעריאל קלאגעס. דאס איז נישט געווען די איינציגע אטאקע אויף א פּאליציי קאר אין ברוקלין. מ'האט ארעסטירט ארום 200 פון די ווילדע דעמאנסטראנטן פרייטאג אווענט, אין ניו יארק.

אויפצומארגענס איז געווען א גרויסע דעמאנסטראציע פאר בארקליס סענטער, מיט די באטייליגונג פון ארום 3,000, עס איז געווען א פרידליכער פּראטעסט, אבער ווי עס פירט זיך ביי אזעלכע זאכן, זענען פאראן צעווילדעוועטע עלעמענטן וועלכע האבן אויך מוצ"ש אנגעהויבן פרישע ראיאטן.

איין דעמאנסטראציע איז פארגעקומען גאנץ נאענט צו די אידישע געגענט, נעבן די 88 פאליציי סטאנציע ביי דיקאלב עוועניו און קלעסאן עוו. אבער עס איז געווען א מאסיווע פּאליציי אנוועזענהייט און צו מזל איז עס דורך אן קיין אינצידענטן. א פאליציי קאר איז אבער געשעדיגט געווארן ווען א דורכפארנדיגע קאר האט געווארפן ברענשטאף דערויף. אין ניו יארק, זענען 33 פּאליסלייט פארוואונדעט געווארן אין די ראיאטן, און טייל האבן אויך געהאט טענות צו די פּאליציי איבער געוויסע אינצידענטן וואס זענען פאטאגראפירט געווארן, ווי צ.ב.ש., ווען מ'האט געזען ווי 2 פּאליציי ווענס זענען אריינגעפארן אין די פארזאמעלטע דעמאנסטראנטן, זיי צו פארטרייבן, נאכדעם ווי זיי האבן אנגעהויבן ווארפן פלעשער און אנדערע זאכן.

זונטאג פארטאגס, האט מען שוין געהאט א חשבון פון 345 ארעסטאנטן אין ניו יארק. אין צוגאב צו די 33 פארוואונדעטע פּאליסלייט פון מוצ"ש, זענען 47 פּאליציי קארס און ווענס געשעדיגט געווארן, עטליכע פון זיי ממש אינגאנצן פארברענט געווארן. פּאליציי קאמישאנער שעי האט זונטאג אויסגעלויבט די פּאליציי פאר זייער איינגעהאלטענע באנעמונג, פארדאמענדיג די ראיאטן אז דאס האט נישט געהאט קיין שום אויסזען פון פרידליכע פּראטעסטן. דאס איז נישט געווען איבער דעמאנסטראנטן קעגן פּאליציי ברוטאליטעט, נאר א מחנה וואס האט געוואלט באוואוסטזיניג פאראורזאכן צרות בלויז ווייל זיי האבן דאס געוואלט אלס זייער ציל.

אין קאַליפאָרניאַ

רעדאַקטירן

אין אנדערע שטעט איז אויך געווען שווערע דעמאנסטראציעס און ראיאטן, און פון אידישע אינטערעסע, איז געווען ערנסטע אינצידענטן אין לאס אנדזשעלעס, גראדע אין די אידישע געגענט, ווען עס האט זיך אנגעהויבן מיט א פרידליכע פּראטעסט פארזאמלונג ביים גרויסן שטאטישן פּארק וואס איז אויף די 3'טע גאס, נישט ווייט פון פעירפעקס. פון דארט האט מען מארשירט אין פארשידענע ריכטונגען, אבער ווען זיי זענען אנגעקומען צו לא-ברעא, האבן פארברעכערישע עלעמענטן אנגעהויבן מיט זייערע שטיק. זיי האבן איינגעבראכן אין געשעפטן און אויך אין עטליכע געשעפטן פון אידישע אייגענטימער, פאראורזאכענדיג ריזיגע שאדנס.

זיי האבן אויך וואנדאליזירט די שוהל אויף בעווערלי בולעווארד, פון הרב גאנצווייג. מ'האט געפירקעלט אויף שוהלן אנטי-מדינת ישראל און פרא-פאלעסטינער לאזונגען. די גרעסטע שאדענס איז אבער פארגעקומען ווען זיי זענען באפאלן א נארדסטאם געשעפט אינעם "גראוו" שאפּינג צענטער, און אויך אין אן עפּעל געשעפט.

ווען די ראיאטערס זענען אנגעקומען צו ראדעא דרייוו אין די רייכע בעווערלי הילס, זענען זיי באגעגענט געווארן מיט א מחנה פּאליסלייט און עס איז געקומען צו געשלעגן. צענדליגער פּאליס קארס זענען חרוב געווארן.

לויט איין באריכט, זענען רוב פון די אידישע-אייגענטום ביזנעסער אויף לאברעא וואנדאליזירט געווארן מוצ"ש. א "קורפיו" איז געמאלדן געווארן אויף לאס אנדזשעלס פון 8 אזייגער פאר מוצ"ש ביז זונטאג פארטאגס.

די נאציאנאלע גווארדיע איז אנגעקומען אין לאס אנדזשעלעס זונטאג צופרי, צו העלפן מאכן ארדענונג.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. "George Floyd protests: Trump threatens protesters with 'vicious dogs' and 'ominous weapons' – live", The Guardian (‏ 30סטן מיי, 2020). דערגרייכט דעם 30סטן מיי, 2020. 
  2. America braces for another night of chaos after police, protesters clash in dozens of cities. דערגרייכט דעם 31סטן מיי, 2020.
  3. Betz, Bradford (‏31סטן מיי, 2020). George Floyd unrest: Riots, fires, violence escalate in several major cities (en-US).
  4. Derek Chauvin Had Knee on George Floyd's Neck for Almost 3 Minutes AFTER Floyd Was Unresponsive: Officials (en) (‏‏29סטן מיי, 2020). “The defendant had his knee on Mr. Floyd's neck for 8 minutes and 46 seconds in total. Two minutes and 53 seconds of this was after Mr. Floyd was non-responsive, concludes the complaint.”