דזשאָרדזש וואָלטאָן לוקאַס דער יינגער (ענגליש: .George Walton Lucas, Jr, געבוירן דעם 14סטן מיי 1944 אין מאדעסטא, קאליפארניע) איז אן אמעריקאנער פילם רעזשיסאר, פראדוצירער און סצענאר שרייבער וואס איז בעסטנס באקאנט פאר זיינע פילם סעריעס "שטערן קריג" און "אינדיאַנע דזשאָנס".

דזשאָרדזש לוקאַס אין 2009

אויך האט ער רעזשיסירט די פילמען "THX 1138" און "אמעריקאנישע גראפיטי". ער האט געשאפן די "אינדיאַנע דזשאָנס" סעריע צוזאמען מיט סטיווען ספילבערג.

לוקאַס האט געגרינדעט דער פיקסאר אנימאציע סטודיא און האט נאך פארקויפט אים צו סטיוו דזשאבס אין 1986 פאר $10,000,000.