דזשאן אלבאק

אמעריקאנער פאטאגראף

דזשאן אלבאק (ענגליש: John Albok, אונגאריש: Albok János; געב' 1894 מונקאטש - 1982 ניו יארק)‏[1] איז געווען אן אונגארישער פאָטאָגראף וועלכער האט אימיגרירט קיין די פאראייניגטע שטאטן, און דאקומענטירט גאס-סצענעס אין ניו יארק בשעת דער גרויסער דעפרעסיע און דערנאָכדעם.

דזשאן אלבאק
קיין פריי בילד
געבורט 1894 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1982 (אלט 88 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פאטאגראף רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנס געשיכטע

רעדאַקטירן

יאנַאש אלבאק איז געבוירן אין מונקאטש. ער איז איינגעצויגן געווארן צו דער אונגערישער ארמיי. ער האט אנגעהויבן פאטאגראפירן לעבן אין די שפּיטאָל און טורמע ווו ער האט געארבעט. בשעת דער מלחמה, האט אלבאק'ס טאטע זיך געהרגעט און צוויי פון זיינע שוועסטער זענען געשטארבן פון הונגער.

אין 1921, אלבאק האט זיך געצויגן אין די פאראייניגטע שטאטן. אויף פרנסה, האט ער ערשטנס געארבעט אלס שניידער אין א געשעפט אויף 96 סטריט און מעדיסאן אוועניו. ער האט געדונגען א קליינעם צימער איבער דעם געשעפט, מיט זיין (אונגארישער) ווייב, אילאנא קיס.

אין 1937, אלבאק האט געווינען אַ וואכענטליך פאָטאָ-קאנטעסט געהאלטן דורך דער ניו יארק העראַלד טריבונע, און האט געווינען אויפמערקזאמקייט פון גרייס מאייר, פאָטאָ-קוראטאָר בייַם ניו יארק סיטי מוזיי.

זיין ערשטער סאָלאָ-שוי, Faces of the City, איז געוויזן געווארן אין 1938. אין 1939 האט ער אנטפלעקט זיין אַרבעט אין ענגלאנד.‏[2]

אַלבאק'ס ווערק ווערט היינט געוויזן אין זאמלונגען אין דעם מוזיי פון ניו יארק, דעם מעטראָפּאָליטאַן קונסט-מוזיי, דעם געטי מוזיי, און פילע אנדערע מוסדות.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. זעט זיין הספד אין די "ניו יארק טיימז": רונאלד סמאת'רז, John Albok: Tailor-Photographer, יאנואר 13 1982
  2. און דארט, אין ליווערפול, ער האט געזעהן, און האט פאטאגראפירט, א אינג אידיש מיידל (בבא עלעפאנט) וואס איז געפאלן שלאָפנדיק אויף א טשעמאָדאַן. דאס "פֿאָטאָ פֿון א פליט" איז געווען געדרוקט אין צייטונגען אין ענגלאנד און אויך ייִדישע צייטונגען אין אמעריקע. זעט: דוויורע (דבורה) טאראנט, "קינדער וואס רייצן זיך" , היים און דערציאונג, ניו יארק, 1939, בלאט 13.

וועבלינקען

רעדאַקטירן