דורכגאס פון סיציליע

דער דורכגאס פון סיציליע (איטאליעניש: Stretto di Sicilia, פראַנצויזיש: Cap Bon Channel) איז דער דורכגאָס צווישן סיציליע און טוניסיע . ער איז ברייט בערך 145 קילאָמעטער און צעשיידט דעם טירענישן ים און דעם מערב מיטלענדישן ים פונעם מזרח מיטלענדישן ים. זײַן מאַקסימום טיף איז 316 מ.

דורכגאס פון סיציליע אינעם מיטלענדישן ים

טיפע שטראמען אין דעם דורכגאָס שטראָמען פון מזרח צו מערב, אבער דער שטראם נאנט צום אייבערפלאך גייט אין דער פאַרקערטער ריכטונג.

דער אינזל פאנטעלעריע ליגט אין מיטן דעם דורכגאס.