דוד קאַנעווסקי (אוקראַיִניש: Давид Ісакович Каневський ,‏1916 – 26טן דעצעמבער 1944) איז געווען אַן אוקראַיִנישער דיכטער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.

דוד קאנעווסקי
קיין פריי בילד
געבורט 10 מערץ 1906 (יוליאניש)
רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 26 דעצעמבער 1944 (אלט 38)
בודאפעשט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך שרייבער, דיכטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

דוד קאַנעווסקי איז געבוירן געוואָרן אין 1916 אין דער שטאָט לאָכוויצע (דעמלט – אין באַשטאַנד פון דער טשערניגאָווער גובערניע פון דער רוסלענדישער אימפּעריע, איצט – אין באַשטאַנד פון דער פּאָלטאַווער געגנט פון אוקראַיִנע). נאָכן פאַרענדיקן אַן אוקראַיִנישע שולע האָט ער געאַרבעט אין כאַרקאָוו אויף אַ זאַוואָד. איינצײַטיק האָט דוד קאַנעווסקי געשריבן נאָטיצן, קאָרעספּאָנדעצן און שפּעטער אויך לידער, וועלכע ער האָט פאַרעפנטלעכט אין אָרטיקע אוקראַיִנישע צײַטונגען. אין 1937 האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען אויף היסטאָרישן פאַקולטעט פונעם כאַרקאָווער אוניווערסיטעט. ביז דער מלחמה האָט דוד קאַנעווסקי פאַרעפנטלעכט צוויי לידער-זאַמלונגע אויף אוקראַיִניש.

אין 1941 איז ער פרײַוויליק אַוועק אויפן פראָנט. געדינט האָט ער אַלס מיליטערישער קאָרעספּאָנדענט. כמעט אַלע דוד קאַנעווסקיס לידער פונעם מלחמה-פּעריִאָד זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אויף רוסיש און בלויז אייניקע פון זיי – אויף אוקראַיִניש.

דעם 26טן דעצעמבער 1944 איז דער קאַפּיטאַן קאַנעווסקי, אויספילנדיק אַן אויפגאַבע פון דער צײַטונג-רעדאַקציע, אומגעקומען אין אַ לופט-שלאַכט איבער בודאַפּעשט.

זײַנע ביכער

רעדאַקטירן
  • Рідна вулиця , Харьков, 1939
  • Льотчики , Харьков, 1940
  • Вітчизна воїнів, Київ, 1987

וועבלינקען

רעדאַקטירן