דוד קאזשדאן
דוד קאַזשדאַן (רוסיש: Давид Каждан; געב' דעם 20סטן יוני 1946) איז א ישראלישער מאטעמאטיקער, א פראפעסאר אין העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים, א מאקארטור חבר, א מיטגליד אין דער נאציאנאלער אקאדעמיע פאר וויסנשאפטן אין די פאראייניגטע שטאטן, א מיטגליד אין דער אמעריקאַנישער אַקאַדעמיע פאר קונסטן און וויסנשאַפֿטן, א געווינער פונעם ראטשילד פריז (2009) און דעם ישראל פריז אין מאטעמאטיק און קאמפיוטער וויסנשאפט (2012) "פאר זיין ביישטייער צו גרופע טעאריע און זיין ביישטייער צו דער געאמעטראציע פון רעפרעזענטאציע טעאריע".[1] ער איז געווארן באלוינט, צוזאמען מיט אלעקסאנדער ביילינסאן פון די פֿאראייניגטע שטאַטן, מיט דער שא פרעמיע אין מאטעמאטיק פֿאר 2020.[2]
געבורט |
20 יוני 1946 (אלט 78) מאסקווע, סאוועטן פארבאנד |
---|---|
פעלדער | מאטעמאטיק |
וואוינארט | מאסקווע (ראטן פארבאנד), פאראייניגטע שטאטן און ישראל |
לערנארט | מאָסקווע שטאַט אוניווערסיטעט |
דאקטאראט-מענטאר | אלעסאנדער קירילאוו |
מוסדות | |
פרעמיעס און פארערונג |
מיטגליד פון: נאציאנאלע אקאדעמיע פאר וויסנשאפטן (פאראייניגטע שטאטן), אמעריקאנישע אקאדעמיע פאר קונסטן און וויסנשאפטן און ישראלישע נאציאנאלע אקאדעמיע פאר וויסנשאפטן, מאקארטור חבר |
הויפט ביישטייערן | |
פארשונגען אין גרופע-רעפרעזענטאציעס | |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןדוד קאַזשדאַן איז געבוירן געווארן אין מאסקווע מיטן נאמען דימיטרי אלעקסאנדראוויטש קאַזשדאַן. ער האט באקומען זיין דאקטאר דיפלאם אין 1969. שפעטער איז ער געווען איינער פון די פֿירנדע סטודענטן אין דעם באקאנטן סעמינאר פון ישראל געלפֿאַנד.
אין 1975 האט ער אימיגרירט אין די פאראייניגטע שטאטן און ער איז געווען 30 יאר א פראפעסאר אין הארווארד אוניווערסיטעט.
אין 2004 איז קאזשדאן ארויף קיין ישראל, און זייט דעמאלסט דינט ער ווי פראפעסער פון מאטעמאטיק אין דעם פֿאַקולטעט פון מאטעמאטיק און נאטורלעכע וויסנשאפטן אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים. קאזשדאן איז געווען א מאקארטור חבר צווישן די יאָרן 1990—1995. זייט 1990 איז ער א מיטגליד אין דער נאציאנאלער אקאדעמיע פאר וויסנשאפטן אין די פאראייניגטע שטאטן, און זייט 2006 איז ער א מיטגליד אין דער ישראלישער נאציאנאלער אקאדעמיע פאר וויסנשאפטן. אין יאר 2008 האט מען אים געוויילט צו דער אמעריקאַנישער אַקאַדעמיע פאר קונסטן און וויסנשאַפֿטן.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ שלמה פיוטרקובסקי , פרופ' דוד קשדן - זוכה פרס ישראל במתמטיקה, ערוץ 7, 23סטן יאנואר 2012
- ↑ The Shaw Prize, Prizes and Laureates, The Prize in Mathematical Sciences, shawprize.org, Press Release 2020 (ארכיווירט 30.11.2020 ביי דער Wayback Machine).