געאלאגיע
געאָלאָגיע (שטאמט פון גריכיש "געא" - ערד, "לאגיע" - לערע) איז די וויסנשאפט וואס באהאנדלט דעם אויבערשטן שיכט פֿונעם ערד קוגל און איבער דער באשאפונג און אנטוויקלונג פון שטײנער און באדן. די וואס שטודירן געאלאגיע הייסן "געאלאגן". צווישן די ערד-געשעענישן וואס געאלאגן שטודירן זענען פארפלייצונגען, וואולקאנישע ברעכונגען און ערדציטערנישן. מען שטודירט באדן און שטיינער צו געפֿינען אונטערערדישע מעטאלן און ברענשטאף.
געאלאגיע איז צעטיילט אויף עטלעכע סוביעקטן, צווישן זיי:
- פעטראלאגיע - די שטודיע פון שטיינער: וויאזוי זיי זענען פֿורמירט און פון וואנעט זיי קומען.
- מינעראלאגיע - די שטודיע פון מינעראלן
- היסטארישע געאלאגיע - היסטאריע פון געשעענישן וואס האבן אויסגעפורעמט די ערד.
- פאלעאנטאלאגיע - שטודיע פון אלטע פֿאסילן.
- הידראגעאלאגיע - שטודיע פון וואסער אונטערן אויבערפֿלאַך פון דער ערד
- וואולקאנאלאגיע - שטודיע פון וואולקאנען אויף דער יבשה אדער אונטערן אקעאן.
טיפן שטיינער
רעדאַקטירןשטיינער זענען אין אלע געשטאלטן און אלע קאלירן. טייל זענען זייער הארט און טייל זענען זייער ווייך.
עלטער פון דער וועלט
רעדאַקטירןלױט דער געאָלאָגיע־װיסנשאַפֿט, איז די וועלט אלט שוין אומגעפֿער 4,600,000,000 יאָר אדער מער. די דאזיקע טעאריע שטייט אין קאנטראסט צו דער רעליגיעזער גלױבונג װאָס האלט אַז די װעלט שטײט ווייניקער ווי 6,000 יאָר.