גוואנטאנאמע בעי
גואנטאנאמע בעי (Guantánamo Bay) איז א בוכטע וועלכע געפינט זיך אין די גואנטאנאמע פראווינץ ביי דרום-מזרח קובא. די שטח איז היינט אונטער אמעריקאנער קאנטראל און אמעריקע אפערירט דארט א גרויסע מיליטערישע באזע און פארמאגט דערויף א פעדעראלע טורמע וואו עס ווערן אויפגעהאלטן אינטערנאציאנאלע טעראריסטן.
היסטאריע
רעדאַקטירןדער ערשטער מענטש וועלכע האט באזוכט דאס ארט איז געווען קריסטאפער קאלאמבוס און זיין היספאנישע עקספלארער גרופע וועלכע האבן דארט געוויילט ביי זייער צווייטע רייזע קיין אמעריקע. קאלאמבוס האט געגליכן דעם שפיץ מער ווי אלע קאריביען אינזלן און האט דאס באזונדער אראפגעצייכנט אויף זיין מאפע אלס א ווערטפולע ארט. קאלאמבוס האט אבער געמיינט אז עס זענען פאראן עפעס אוצרות און ער איז אנטוישט געווארן ווען זיין גרופע האט נאך לאנגע זוכענישן גארנישט געפינען. נאך אלץ האט קאלאמבוס געגליכן די ברעג און געהאלטן א ספעציעלער אויג דערויף. קאלאמבוס האט עס א נאמען געגעבן פורטא גראנדע.
ווען די שפאנישע און בריטישע האבן שפעטער אנגעהויבן קומען קיין אמעריקע האט יעדער געוואוסט צו זאגן פון גואנטאנאמע בעי אבער דאך האט זיך קיינער נישט באזעצט דארט. די בריטישע זענען געווען די ערשטע דאס צו נוצן אלס א צייטווייליגע באזע פאר איר מיליטער. די בריטישע זענען אבער נישט דארט פארבליבן דארט צו לאנג און די שפאנישע האבן דאס איבערגענומען א קורצע צייט שפעטער. די שפאנישע האבן געאנקערט דארט זייערע מיליטערישע שיפן און א טראפיק האט זיך אנגעהויבן צווישן די וואסערן פון קובא קיין אמעריקע וועלכע האט אויסגערופן גרויס באמערקונג ביי די בריטישע וועלכע האט דאס נישט געשמעקט.
כאטש די בריטישע האבן נישט געהאט קיין ספעציעלע אינטערעסע אין גואנטאנאמע בעי האבן זיי נישט פארגינען די שפאנישע צו נעמען דאס ארט וועלכע זיי האבן פריער גענוצט און האבן באלד אהין געשיקט זייער מיליטער דאס צוריק אפצונעמען. די בריטישע האבן ערשט געפלאנט צו אטאקירן די שפאנישע שיפן פונעם אטלאנטיק אקעאן אבער אירע גענעראלן האבן דאס שפעטער אפגעווארפן אלס צו אומפראקטיש, אויס מורא אז די שפאנישע שיפן וועלן גרינג קענען האבן אן אויבערהאנט וויבאלד זיי האבן דאס לאנד אלס באשיצונג. אין די ענדע האבן די בריטישע איבערראשט די שפאנישע פון קובאנער טעריטאריע און האבן גרינג צוריקגענומען די גאנצע געגענט און אלע שפאנישע זענען פארטריבן געווארן.
די בריטישע זענען אבער נישט לאנג פארבליבן אין גואנטאנאמע ווייל נאך 4 מאנאטן האט אויסגעבראכן אן עפעדימיק און די איבער 2,000 סאלדאטן וועלכע האבן זיך דארט אויפגעהאלטן זענען אנגעשטעקט געווארן דערמיט און זייערע באזעס זענען פארוואנדעלט געווארן אלס איין גרויסער שפיטאל. די בריטישע מיליטער האט אהינגעשיקט דאקטוירים און באפוילן אז ווער עס איז אויסגעהיילט זאל אפטראגן פון דארט. נאך א משך פון עטליכע מאנאטן איז דאס גאנצע ארט געבליבן ליידיג. די בריטישע האבן כמעט פארגעסן פון דעם ארט און האבן דאס נישט צוגערירט ביז 100 יאר שפעטער אין 854' ווען די שוין דעמאלטדיגע פאראייניגטע שטאטן האט דאס ווידער גענוצט אלס א שפיטאל פאר קראנקע סאלדאטן וועלכע מען האט געדארפט האלטן אפגעזונדערט. די מיליטערישע שפיטאל איז דאן באקאנט געווארן אלס האספיטאל קעי און דער נאמען איז פארבליבן ביז'ן היינטיגן טאג. די שפיטאל איז היינט פיל קלענער ווי דעמאלט אבער איז פארבליבן מיט דעם סימבאלישן נאמען און היסטאריע.
לאנגע יארן נאכדעם האבן די אמעריקאנער באשלאסן צו מאכן אביסל ביזנעס און האבן ווידער אנגעהויבן זוכן עפעס אוצרות אבער האבן נאר געפינען צוקער און קאווע. וויבאלד קאווע איז נאך דעמאלט נישט געווען קיין ארטיקל אין אמעריקע (רוב בריטישע גלייכן בטבע טיי) האבן זיי זיך גענומען פראדוצירן צוקער אויף א גרויס'ן פארנעם. די צוקער האט אבער אויך נישט אנגעהאלטן צו לאנג וויבאלד מענטשן האבן נאך נישט געוואוינט דארט און סאלדאטן האבן זיך געטוישט יעדע שטיק צייט.
אין די קומענדיגע יארן האבן די סאלדאטן אונטערגענומען א פראיעקט צו בויען א רעילראוד פון גואנטאנאמע בעי ביז אריין אין צענטראל קובא. די מיליטער האט געהאט מיט דעם א ספעציעלן חשבון ווייל די צייטן זענען געווען אנגעצויגן און יעדער האט געוואוסט אז א מלחמה מיט די שפאנישע איז נישט צו ווייט אוועק. דער פראיעקט איז געגאנגן מיט סוקסעס און די רעילראוד איז אנגערופן געווארן די גואנטאנאמע רעילראוד.
אין די ענדע פונעם 18'טן יאר-הונדערט איז גואנטאנאמע בעי ווידער אקופירט געווארן דורך די שפאנישע אין די שפאנישע-אמעריקן קריג. די אמעריקאנער האבן באקומען הילף פון די קובאנער איינוואוינער אבער די שפאנישע כוחות זענען געווען זייער שטארק און האבן איינגענומען די סטראטעגישע פונקטן אינעם באזע.
די שפאנישע האבן אבער נישט לאנג אנגעהאלטן די טעריטאריע. עטליכע וואכן דערויף האט די פאראייניגטע שטאטן איבערראשט די שפאנישע מיט אן אויסגערעכנטן אינוואזיע אינמיטן די נאכט. די מארינען זענען אנגעקומען שטילערהייט און האבן באלד אטאקירט די מערסט סטראטעגישע פונקטן צו וועלכע זיי האבן בעסער פארשטאנען ווי די שפאנישע. די אינוואזיע איז געווען גאר סוקסעספול און נאך בעפאר די זון האט אויפגעשיינט איז קלאר געווארן אז די אמעריקאנער האבן צוריק באקומען די גאנצע ברעג און די שפאנישע זענען אין שרעק אנטלאפן.
דער אפיציעלער טאג וועלכע די פאראייניגטע שטאטן האט באקומען גואנטאנאמע בעי איז געווען אין פעברואר 903' ביי א ספעציעלע קאנפערענץ אין האוואנא, קובא. דער אפמאך האט געזאגט אז די פאראייניגטע שטאטן וועט אקופירן 45 סקווער מייל פון לאנד און וואסער און האט די רעכט אויפצובויען א מיליטערישער באזע. די פאראייניגטע שטאטן איז איינגעגאנגן צו צאלן $2,000 פער יאר פאר קובא.
אין 934' איז דער אפמאך איבערגעמאכט געווארן און קובא האט פארלאנגט פרייע איינטריט אין די טעריטאריע און איז ארויף מיט'ן פרייז צו $4,085 פער יאר. אין די קומענדיגע 25 יאר איז די באזע פרידליך באנוצט געווארן מיט גוטע פארבינדונגן מיט קובא און איז דורכגעגאנגן ביידע וועלט מלחמות אן קיין שום פראבלעם. דאס האט זיך אבער געענדיגט אין די ענדע 50'ער יארן ביי די קובא רעוואלוציע וועלכע איז אנגעפירט געווארן דורך דער היינטיגער קובאנער פירער פידעל קאסטרא. קאסטרא'ס רעוואלוציע האט זיך אנגעהויבן אין א געגענט נישט ווייט פון גואנטאנאמע און האט געהאט א שלעכטן אפקלאנג צווישן די סאלדאטן דארט.
אינצידענטן מיט קובא
רעדאַקטירןעס האט נישט לאנג געדויערט ביז דער ערשטער אינצידענט האט אויסגעבראכן אין יולי 958' ווען רעבעלן כוחות האבן געקינדנעפט 29 מאטראזן וועלכע האבן זיך צוריקגעקערט פון א מיסיע. די מאטראזן זענען פארהאלטן געווארן אלס משכונות אויף די בערג נעבן גואנטאנאמע, אנגעפירט געווארן דורך פידעל קאסטרא'ס ברודער. אין די ענדע האט מען עפעס אויסגעארבעט און די רעבעלן האבן זיי באפרייט 20 טעג דערויף.
די פאראייניגטע שטאטן האט קורץ דערנאך אפגעהאקט אלע פארבינדונגן מיט קובא נאכדעם וואס קאסטרא האט אנגעהויבן אויס'שחט'ן און איינזעצן אלע זיינע קעגנער דעקלערנדיג זיך אלס א קאמוניסטישער דיקטאטור. דאס מיליטער איז אנגעזאגט געווארן נישט אריבערצוטרעטן די טעריטאריע אינדרויסן פון גואנאטאנאמע בעי.
די לעצטע דימפלאמאטישע פארבינדונגן צווישן אמעריקע און קובא איז איבערגעהאקט געווארן אין 961' אויפ'ן דירעקטן באפעל פון פרעזידענט דווייט אייזנהאוער. אסאך קובאנער האבן דעמאלט געפינען אנטרינונג אינעם באזע און האבן געהאלפן אויפשטעלן און פאטראלירן די 17.4 מייל צוים ליניע צווישן גואנטאנאמע בעי און קובא. דער צוים ליניע שטייט נאך אויפ'ן גענויעם ארט ביז'ן היינטיגן טאג מיט א שטרענגע קאנטראל פון ביידע לאגערן.
אין אקטאבער 962' האבן אלע פאמיליע מיטגלידער פון די איינגעשטעלטע סאלדאטן און אויך א גרויסער טייל איינגעשטעלטע געמוזט עוואקואירן צוריק קיין אמעריקע אויפ'ן באפעל פון פרעזידענט דזשאן קענעדי נאכדעם וואס אמעריקע'ס שפיאנאזש אגענטורן האבן אנדעקט אז די סאוויעט יוניאן האט אריינגעשטעלט נוקלעארע מיסילס אין קובא אלס א סטראשע אין די קאלטע קריג. די איינגעשטעלטע זענען צוריקגעלאזט געווארן אין דעצעמבער 962' ווען די קריזיס איז געווען פאראיבער.
נאך א קריזיס איז אנטשטאנען בלויז 14 מאנאטן שפעטער אום פעברואר 964' ווען קאסטרא האט אפגעהאקט אלע וואסער סופליי קיין גואנטאנאמע אלס נקמה צו עטליכע געלט שטראפן וועלכע די אמעריקאנער מיליטער האט געגעבן צו עטליכע פיש כאפער וועלכע האבן זיך דערנענטערט נעבן פלארידע צו כאפן פיש. אמעריקע האט זיך נישט דערשראקן און האט אויך נישט געזוכט קיין מיליטערישע קאנפליקטן. אנשטאט איז די באזע געווארן אינגאנצן זעלבסטשטענדיג און האט אויפגעארבעט אן אייגענע וואסער און עלעקטריק סופליי וועלכע געבן היינט ארויס 3.4 מיליאן גאלאן וואסער און 800,000 קילא-וואטס עלעקטריק פער טאג.
ספעציעלע מיסיעס
רעדאַקטירןאין 991' האט די באזע אונטערגענומען א נייע מיסיע אין וועלכע 34,000 האיטיער איינוואוינער האבן גענוצט די באזע אלס אן אנטלויף וועג פון די פאליטישע איבערקערעניש וועלכע האט איינגעשטעלט זייערע לעבנ'ס. די באזע איז באערט געווארן דורך פארשידענע ארגאניזאציעס פאר איר נאבעלם אקט.
אין מאי 994' האט די באזע אונטערגענומען א פרישע אפעראציע צוליב דעם היאטי'ן קריזיס וועלכע איז אנגערופן געווארן אפעראציע סי סיגנאל וועלכע האט געהאלפן די דזשאוינט טעקס פארס 160 וועלכע האט צוגעשטעלט הומאניטערישע הילף פאר טויזענטער היאטיער און קובאנער מיגראנטן (א מיגראנט איז איינער וואס לאזט איבער זיין היים שטאט און באזעצט זיך אין די זעלבע לאנד. א אימיגראנט איז איינער וואס באזעצט זיך אין א נייע לאנד).
די באזע איז מיט דער צייט איבערגעפילט געווארן מיט מיגראנטן און אום סעפטעמבער 994', ווען די באזע האט שוין פארמאגט 45,000 פליטים, זענען די פאמיליע מיטגלידער פון די סאלדאטן געצווינגן געווארן צו פארלאזן די באזע צום צווייטן מאל אין איר היסטאריע כדי צו מאכן פלאץ פאר די טויזענטער פליטים. ביז א קורצע צייט נאכדעם האט די באזע געגעבן באשיצונג פאר איבער 60,000 פליטים. די פיליטים זענען דארט פארבליבן ביז טיף אין יאר 995' ווען די קריזיס אין האיטי האט זיך סטאביליזירט און זיי זענען ערלויבט געווארן צוריק צו גיין צו זייערע היימען. אין דעם זעלבן יאר זענען די פאמיליע מיטגלידער פון די איינגעשטעלטע צוריק געלאזט געווארן אויף די באזע און אלע סאציאלע און ערציאונג צענטערן זענען צוריק געעפנעט געווארן.
אין יולי 995' האט א ריזיגע טרענירונג'ס פירמע מיט'ן נאמען פליט טרענינג גרופע, וועלכע האט געארבעט פאר די מיליטער, איבערגעלאזט די באזע נאך 52 יאר פון סערוויס און האט זיך אריבערגעצויגן קיין מעיפארט, פלארידע. א קורצע צייט דערנאך האט נאך א ריזיגע מעינטענענס פירמע פארלאזט די באזע נאך א 92 יעריגע אפעראציע.
זינט דעמאלט איז די באזע געווארן אביסל נאכגעלאזט ביז די קאמף קעגן טעראריזם האט זיך אנגעפאנגן און די טויזענטער געפאנגענע טעראריסטן זענען אריבערגעברענגט געווארן אין די באזע צו ספעציעלע נייע טורמעס וועלכע זענען אויפגעשטעלט געווארן צו אקאמאדירן די ארעסטאנטן. היינט צו טאג איז די באזע זייער פארנומען מיט פילע אקטיוויטעטן וועלכע האט צו טאן מיט די קאמף קעגן טעראריזם. די ארעסטאנטן ווערן דארט געפארשט און די עקספערטן וועלכע זיצן איבער זיי שטודירן די אינפארמאציע און שטעלן טייל מאל אראפ די קומענדיגע שריט אין די קאמף קעגן טעראריזם.
די ארבעט אין די קאמף קעגן טעראריזם ווערט אנגעפירט דורך א פאראייניגונג פון דזשוינט טעקס פארס 160 און 170 וועלכע ווערן צוזאמען גערופן די דזשוינט טעקס פארס גוואנטאנאמא.