בעירוט
(אַריבערגעפֿירט פון בײרוט)
ביירוט (אַראַביש: بيروت ,גריכיש: Βηρυττός, פראַנצויזיש: Beyrouth, העברעיִש: ביירות) איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט פון לבנון. די צאל פון אירע איינוווינער איז 1.6 מיליאן, איר פלאך איז 67 קעסטלדיג קילאמעטער. אין דרום זייט פון ביירוט וווינען איסלאמער שיאיטן. די שטאט איז אלט דריי און א האלב טויזנט יאר.
ביירוט געפינט זיך אויף א האלבאינזל ביים בארטן פונעם מיטלענדישן ים, און איז דער הויפט פארט פונעם לאנד.
תמוז ה'תשס"ו האט מדינת ישראל באמבאדירט צענדליקע צילן ריכטונגען אין דרום זייט פון לבנון און אין ביירוט.