בראשית (לבנה-זאנד)
ישראלישער לבנה-זאנד וואס האט געקראכט אויף דער לבנה אין 2019
בראשית (בערעשיט) איז געווען אַ ביישפּיל פֿון אַ קליינער לבנה־זאָנד (א ראָבאָטישער לבנה-לאַנדער און פֿאָרשער). ער איז פֿינאַנצירט געוואָרן אין ישראל דורך אַ פּריוואַטער גרופּע און איז פּלאַנירט געוואָרן צו לאַנדן אויף דער לבנה. דער זאָנד איז ערשט גערופֿן "שפּערל", און איז אָפֿיציעל גערופֿן "בראשית" אין דעצעמבער 2018.
דעם 11טן אַפּריל 2019 האָט אַן IMU איינהייט דורכגעפֿאַלן און אָנגעהויבט אַ נאָכפֿאָלג פֿון געשעענישן וואָס האָבן געלאָשן דעם הויפט מאָטאָר, און דער זאָנד האָט געקראַכט אויף דער לבנה. דעם 13טן אַפּריל איז "בראשית 2" אַנאָנסירט געווען.
וועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
בראשית
- אָפֿיציעלע וועבזייטל פֿון SpaceIL
- אָפֿיציעלער יוטוב קאַנאַל פֿון SpaceIL
- "ישראלדיקע קאָסמאָסשיף אויפֿן וועג צו דער לבֿנה", ביי פארווערטס, 22סטן פעברואר 2019
דער ארטיקל וועגן א קאסמאס טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |