א ביאמעטרישער פאַס איז א פאס וואס שליסט איין געשריבענע דאטן און עלעקטראנישע-ביאמעטרישע דאטן כדי צו אידענטיפיצירן ווער עס טראגט אים. די וויטאלע אינפארמאציע אינעם פאס איז איינגעשפייכלערט אין א קליינעם אינטעגרירטן קרייז ניצנדיק RFID טעכנאלאגיע, וואס דערלויבט לייענען דורך עלעקטראמאגנעטישער שטראלונג אן קאנטאקט, און פארזיכערט מיט א דיגיטאלישער חתימה.

דער אינטערנאציאנאלער ביאמעטרישער סימבאל וואס ווערט געשטעלט אונטן אויפן איינבאנד פון א ביאמעטרישן פאס
וועלט־ניץ פון ביאמעטרישע פעסער:
██ לענדער וואס האבן ביאמעטרישע פעסער
██ לענדער וואס וועלן באלד האבן ביאמעטרישע פעסער
שפענדל איינגעשלאסן אין א בריטישן ביאמעטרישן פאס

די אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע פאר ציווילער אוויאציע שטעלט פעסט די דאטן פון דער ביאמעטרישער טעקע און דעם קאמוניקאציע פראטאקאל פאר לייענען זי, און די אינפארמאציע ווערט איינגעשפייכלערט אין אן אינטעגרירטן קרייז ווי א JPEG טעקע.

די דאטן איינגעשפייכלערט אויפן שפענדל

רעדאַקטירן

די ביאמעטרישע פאסן וואס געפינען זיך היינט אין באניץ אנטהאלטן מערסטנס די פאלגנדע פרטים: נאמען, פאס נומער, פאלק, געבורט דאטע, מין, גילטיקייט דאטע, בילדער פון די פנים, פינגערדרוק און אויגנהייטל. דאס שפענדל אנטהאלט אויך א צאל טעקעס וואס העלפן צו וועריפיצירן אז דאס שפענדל איז אויטענטיש און אז די דאטן זענען נישט געווארן געענדערט.


וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ביאמעטרישער פאס