בונדיזם: אַלגעמיינער ייִדישער אַרבעטערסבונד אין ליטע, פּוילן און רוסלאַנד.

בונדיזער פראטעסט אין ה'תרע"ז (1917)

דער בונד איז אַ ייִדישע סאָציאַליסטישע באַוועגונג פֿון מזרח אייראָפּע. דער ערשטער קאָנגרעס פֿונעם בונד איז געווען אין ווילנע אין 1897.

די אידעאַלאָגיע פֿון בונד איז געווען סאָציאליסטיש, וועלטליכער און ייִדיש. לויט דעם בונדס אידיאַלאָגיע נאָר קולטורעלע פרײַהײַט פֿאַר אַלע מינדערהייטן, און בפֿרט פֿאַר דעם ייִדישן פאָלק קען זײַן אַן אמת'ער סאָציאליסטישע פרײַהײַט.

דער בונד האָט געשפּילט אַ זייער וויכטיק ראָלע אין ציש"א, דער יידישער וועלטליכער שול וועזן אין פּוילן צווישן די וועלט מלחמות.

דער בונד האָט אָרגאַניזירט אַרבעטער פֿאַראיינען, צו פֿאָרמינערן די עקספּלאַטירן פֿונעם אַרבעטער קלאַס דורך די רייכערע בעלי בתים, אויך האָבן זיי געמאַכט סטרײַקן, צו פֿאַרבעסערן די געהאַלט און די תּנאים פון די אַרבעטער.

איר סלאָגאַן איז געווען, "פּראָלעטאַריער פֿון אַלע לענדער פֿאַראייניקט אײַך".

וועבלינקען רעדאַקטירן